LYRIC

YUH YUH (Hands In The Air- Yiddish Version)- Shloime Gertner- Composed By Yitzy Waldner, Lyrics By Miriam Israeli- Single 2018

CHORUS:
הי, יעדער איינער, הייב די הענטעלאך אויף
!יא יא
צו דעם הימל ארויף
!יא יא
!דער באשעפער איז דארט יא
אלוקינו אחד

קוק אהער
געב א קלער
נעם נישט אן דאס לעבן שווער
אלעס וואס פאסירט איז פון באשעפער אליין
רואהיג פריש, זארג זיך נישט
מיט א שמייכל גיין צום טיש
נאר איין זאך איז דא צו פארשטיין

ס’וועט דיר גארנישט פעלן
די צרות ווערן נעלם
צולאזט אזוי ווי שניי
ס’איז פארביי

CHORUS:
הי, יעדער איינער, הייב די הענטעלאך אויף
!יא יא
צו דעם הימל ארויף
!יא יא
!דער באשעפער איז דארט יא
אלוקינו אחד

צו לעבן און לאכן
ס’איז העכערע זאכן
,’הודו לה
צו לעבן און לאכן
ס’איז העכערע זאכן
‘ישועת ה

אלעס ווערט אומגעקערט
ווען מ’גלייבט אז ס’איז באשערט
זעה ווי דער באשעפער דרייט דאס רעדל
נישט סתם
לייג אויף עם דעם גרויסן יאך
כאשר ייחלנו לך
דאס לעבן האט אן אנדערן טעם

ס’וועט דיר גארנישט פעלן
די צרות ווערן נעלם
צולאזט אזוי ווי שניי
ס’איז פארביי

CHORUS:
הי, יעדער איינער, הייב די הענטעלאך אויף
!יא יא
צו דעם הימל ארויף
!יא יא
!דער באשעפער איז דארט יא
אלוקינו אחד

צו לעבן און לאכן
ס’איז העכערע זאכן
,’הודו לה
צו לעבן און לאכן
ס’איז העכערע זאכן
‘ישועת ה