LYRIC

YIDDISH- Dudi Kalish- Composed By R’ Shlomo Kalish- Parentches

,לאמיר זינגען א לידעלע, שפילן דעם פידעלע
,לכבוד דעם שפראכעלע יידיש
,לאמיר זינגען א לידעלע, שפילן דעם פידעלע
.זייער זייער חסידיש

CHORUS:
,איי איי איי יידיש
,מיין קינד דאס בייט נישט
,טויש נישט דיין נאמען און דיין לשון און דיין מלבוש
,איי איי איי יידיש מיין שפראכעלע יידיש
,ביי אונזערע יידאלעך רעדט מען נאר דעם שפראך יידיש
.ביי אונזערע יידאלעך רעדט מען נאר דעם שפראך יידיש

,וועלעכע דערציילט אזוי סאך
,זכרונות פון אמאליגע טעג
,מיט וועלעכע אונזערע גרויסע מענטשן
.געויזן דעם ריכטיגן וועג

,די זיסע יידישע ווערטער
,אין אלע שווערע ערטר
,האבן אונז געגעבן כח און מוט
,מהאט זיך מיט זיי דעקויקט
,עס וועט נאך זיין אמאל זייער גוט
.עס וועט נאך זיין אמאל זייער גוט

CHORUS:
,איי איי איי יידיש
,מיין קינד דאס בייט נישט
,טויש נישט דיין נאמען און דיין לשון און דיין מלבוש
,איי איי איי יידיש מיין שפראכעלע יידיש
,ביי אונזערע יידאלעך רעדט מען נאר דעם שפראך יידיש
.ביי אונזערע יידאלעך רעדט מען נאר דעם שפראך יידיש

,א גרויסע מאמע קיין סאך געקענט
,קוים די פרוש המילה
,אויף געהויבן אירע הענט
.מיט א הייסע תפילה

,צום באשעפער גירעט צו דער זאך
,מיט די יידישע שפראך
,אויסגעבעטן א גרויסן חידוש
.בלויז מיט דעם יידיש
,א גרויסן זין דער הייליגער חתם סופר
.א גרויסן זין דער הייליגער חתם סופר

CHORUS:
,איי איי איי יידיש
,מיין קינד דאס בייט נישט
,טויש נישט דיין נאמען און דיין לשון און דיין מלבוש
,איי איי איי יידיש מיין שפראכעלע יידיש
,ביי אונזערע יידאלעך רעדט מען נאר דעם שפראך יידיש
.ביי אונזערע יידאלעך רעדט מען נאר דעם שפראך יידיש

,זי האט נאך אין לאנד מצרים
,די אידען פעסט געהאלטן
,ביז משיח קיין ירושלים
.וועלן מיר אין איהר אן האלטן

,לאמיר טועהן צו דער זאך
,רעדן מיט די יידישער שפראך
,ווי די נשים צדקניות
,משנים קדמוניות
,מיר אלע גייען אויף אונזערע עלטערנס׳ וועגן
.מיר אלע גייען אויף אונזערע עלטערנס׳ וועגן