LYRIC

YESH TIKVAH (Yiddish Version)- Menachem Moskowitz- Composed By Ari Goldwag, Yiddish Lyrics By Leiby Moskowitz- Single 2013

ווי מקוקט- ווי מבליקט
,די וועלט אזוי געדריקט
ס׳דא צרות- ס׳דא דאגות
,א יעדער מיט זיין פראגעס
ווי מגייט זעהט מען שווארץ
,ס׳טוט וויי ס׳ציפט דאס הארץ
געדענק אבער אז ניין
ס׳וועט שנעל אריבערגיין

CHORUS:
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן
,יש אמונה, מיר אלע טוען גלייבן
מער נישט געפאלן, ס׳וועט שטראלן
ווייל יעדער גלייבט אין ג-ט
!יש לנו ה׳ אחד

ברודער לעבן, קום אהער
,שטיי אויף וויש אפ דיין טרער
דארפסט נישט זארגן- געדענק אז מארגן
,גארנישט וועט זיין מער
הקדוש ברוך הוא
,וואס איז דער איינציגער ג-ט
וועט אונז היטן טריט און שריט
ווייל ליב אונז ער האט

CHORUS:
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן
,יש אמונה, מיר אלע טוען גלייבן
מער נישט געפאלן, ס׳וועט שטראלן
ווייל יעדער גלייבט אין ג-ט
!יש לנו ה׳ אחד