LYRIC

DEM REBBEN’S TRER/THE REBBE’S TEAR- Shimmy Engel- Composed by Hershy Weinberger- Sheinis

ביים רבי׳ן אין סאטמאר עס ווארט
אן אלמנה צקלאפט און פארצער׳ט
,מיין איינציג קינד צום חופה באלד ער גייט
רבי מאכט זי א רעש
נישטא קיין פרוטה אין טאש
.דער רבי גיבט א סכום מיט זיין ברכה באגלייט

אריבער א וואך צוויי
איין טאג די גבאים זיי
,זעהן דער צדיק ער וויינט בדמעות
מיטן תהלימ׳ל אוועקגעזעצט
די אויגן מיט טרערן באנעצט
.פארוואס וויינט דער רבי, וואס איז היינט אנדערש וואס

דער צדיק גיבט צו פארשטיין
די אלמנה וואס כ׳האב דא געהאט
איר זון א יתום אליין
,קיין טאטע צו זיין זייט
צו זיין גרעסטן טאג ער ערשיינט
אן קיין טאטע וואס וויינט
.און זאל בעטן פאר אים אין זיין יום החופה

זיין גרויסן טאג אויסדערוועלט
ער בעהט אויף גוטע צייטן
אבער א טאטענ׳ס טרערן עס פעלט
,וויין איך אנשטאט דעם טאטן
פאר׳ן קינד ס׳זאל גיין נאר גוט
היינט ווען ער שטעלט זיינע טריט
.בעט איך און וויין, מיט א כליפע

CHORUS:
אב הרחמים, שוכן במרומים
,דיינע קינדערליך אינגאנצען פאר׳יתומ׳ט אליין
דו ביזט דאך טאטע, דער אבי יתומים
.לאז נישט גיין ליידיג א טאטנ׳ס געוויין
אין דעם לעצטן דור, דארפן מיר אזויפיל טרערן
,ווען וועט שוין זיין ושבו בנים
און דאן באשעפער וועסטו אונז שוין צוריקקערן
.ומחה דמעה מעל כל פנים

אחינו בני ישראל
אידן איבעראל
,פאריתומ׳ט אין גלות מיט צרות און דאגות
אינדרויסן זעהט אויס גוט
מ׳מאכט אבער אזויפיל מיט
.יעדער אין הארץ מיט שווערע פראגעס

אזוי פארוואגלט און וויסט
די קוואל פון טרערן וואס פליסט
,איז שוין פארטרוקנט פון אזויפיל פיין
נישטא ווער זאל וויינען מער
נישטא ווער זאל לאזן א טרער
.פרעגן מיר פון דיר די שאלה איין

טאטע זיסער, ווער
ווער וועט פאר אונז וויינען
טאטע זיסער, ווער
,קען אונזער הערצעלעך אויסליינען
בעט פאר אונז און וויין
מיר קענען מער נישט אליין
.א טאטע׳ס טרער טוט זייער ווייט גיין

טאטע זיסער, ס׳שווער
דיינע יתומים׳לעך בעטן און שרייען
טאטע זיסער, הער
,און וויין מיט מיט אונזערע ווייען
וואס עס פעלט אונז ווער דען ווייסט
נאר דו טאטע פארשטייסט
.וויין מיט טרערן פאר אונזער אמת׳ע טרייסט

CHORUS:
אב הרחמים, שוכן במרומים
,דיינע קינדערליך אינגאנצען פאר׳יתומ׳ט אליין
דו ביזט דאך טאטע, דער אבי יתומים
.לאז נישט גיין ליידיג א טאטנ׳ס געוויין
אין דעם לעצטן דור, דארפן מיר אזויפיל טרערן
,ווען וועט שוין זיין ושבו בנים
און דאן באשעפער וועסטו אונז שוין צוריקקערן
.ומחה דמעה מעל כל פנים

.ומחה ה’ דמעה מעל כל פנים