LYRIC

DI GEDOLEI HADOR- Miami Boys Choir Ft. Yisroel Williger- Composed by Yerachmiel Begun, Lyrics by R’ Yom Tom Ehrlich Z”L- Klal Yisroel Together

VERSE 1:
געפרוירן קאלט, א רעגן פאלט
ס׳איז טונקל שווארץ, אין יעדן הארץ
ווי ביטער איז
די נייעס וואס מען הערט

און דא און דארט
אויף יעדן ארט
מען זעט עס פעהלט
די תורה וועלט

וואס קען מען טאן
די ליכט פון די תורה איז אוועק

CHORUS 1:
עס איז פלוצלינג א צייט געקומען
די הערצער פארקלעמט ביז גאר
מען האט ביי אונז צוגענומען
די פירער פון אונזער דור

מען זעהט ניט דעם הדרת פנים
מ’הערט ניט די זיסע רייד
מיר זענען געבליבן יתומים אליין
מיר קענען עס ניט פארשטיין

VERSE 2:
ביים בארג סיני, געמאכט א תנאי
מיט די אידן האט
דער גרויסער גאט
אז ביי דעם איד
זאל די תורה זיין אפגעהיט

געזאגט צו איהם
ער בעהט פאר דעם
א משכון פיין
זאל א ערב זיין
אז ביי דעם איד
זאל די תורה זיין אפגעהיט

CHORUS 2:
די משכון איז דאן געוועזן
די קליינע קינדערלאך
די תורה ניט צו פארגעסן
און לערנען איהר גאר אסאך

יעצט דארפן מיר פארריכטן דעם פעלער
און אויסגלייכן דעם וועג
מיטן קול תורה פון די גאנצע וועלט
פילט מען אן דאס וואס אונז פעלהט

(Instrumental Chorus and then:)
דער באשעפער זאל כח אונז געבן
און העלפן אונז אין דעם
מיר זאלן וואקסן און שטייגן דעראויס
אין תורה און אין יראת השם
יראת השם