LYRIC

TEHILLIM’L- Yosef Moshe Kahana- Tune Composed By Benny Hershkowitz- L’chaim Brider
(T.T.T.O. Ein Aroch- Michoel Streicher)

אין פלאץ פון קעניג, אלעס שא שטיל
בלאזט א ווינטל, אינמיטן נאכט פונקט
שאקלט דאס פידעלע, העכער דעם קעניג’ס שטול
.דער קעניג דערוועקט זיך, מיט איר ער זינגט

שטיין געבליבן, איז די גאנצע יצירה
הערן געזאנגען, פון קעניג אליין
ווי דוד המלך, אוי זינגט שירה
.וואס אפילו מלאכים, קענען נישט פארשטיין

CHORUS:
תהלים’ל תהלים’ל, אזוי הארציג און טייער
פון פאסטאך געטרייער
אויף אייביג ערוועלט
פאר אונז אויסגעטרעטן
געוויסט וואס צו בעטן
.פאר זיינע שעפעלעך, זיי וואס פעלט

תהלים’ל תהלים’ל, דאס טוט אונז באגלייטן
פון איין לאנד און צווייטן
ווי מ’גייט א איד ווערט מיד
האט ער דעם ליד
.זיין ליבער פריינד, וואס טוט אים פארשטיין

א איד דארף פרנסה, טוט דאס הארץ אויסגיסן
ער זיכט א שידוך, אוי ס’גייט אים שווער
א זון אין ישיבה, מ’ווארט בעסערע גריסן
.קאפיטל קאפיטל, א טרער נאך א טרער

נעבעך א צרה, מ’ווארט א ישועה
וואס טוט מען, דאס הארץ גייט אויס
א חולה אין משפחה, מען דארף א רפואה
.מען לויפט אין בית מדרש, מען נעמט דעם תהלים’ל ארויס

CHORUS:
תהלים’ל תהלים’ל, ווי טוט דיר נישט שטערן
אזופיל טרערן
אין דיר איינגעזאפט
אונזערע ווייען
ביטערע געשרייען
.ווי קענסטו אויסהאלטן, אויף דיין טיר מען קלאפט

די אלע בקשות
פון צובראכענע נפשות
זייער געוויין, בלייבט נישט שטיין
אן עת רצון טוט ווערן
אין הימל טוט מען הערן
.דאס קול פון דוד המלך אליין

א גוטע א גוטע בשורה
א גוטע בשורה, ווארט מען צו הערן
מען שטייט מיטן תהלים’ל, און מ’בעט
צום ריכטיגן וועג, וויל א איד צוריקקערן
.דער תהלים’ל ווייזט אים, אז ס’איז קיינמאל נישט שפעט

אידיש בלוט גיסט זיך, אין אלע גאסן
אומשולדיגע נשמות, אוי עד מתי
תנוקות של בית רבן, טוען וועלטן איינרייסן
.אפילו די תהלים’ל וויינט מיט זיי

תהלים’ל תהלים’ל, ווי טוט דיר נישט שטערן
אזופיל טרערן
אין דיר איינגעזאפט
אונזערע ווייען
ביטערע געשרייען
.ווי קענסטו אויסהאלטן, אויף דיין טיר מען קלאפט

די אלע בקשות
פון צובראכענע נפשות
זייער געוויין, בלייבט נישט שטיין
אן עת רצון טוט ווערן
אין הימל טוט מען הערן
.דאס קול פון דוד המלך אליין

דוד דוד
בעט ביים כסא הכבוד
נעם דיינע שעפלעך, ארויס פון גלות
אבער שטיל גיי ארויף
דעם פאלאץ בוי אויף
את סוכת דוד הנופלת
…דוד מלך ישראל, נעם שוין דאס פידעלע, אוי אוי אוי אוי