LYRIC

TATTE HELF- Menachem Moskowitz Ft. Motty Ilowitz- Composed By Motty Ilowitz- Shmoi Shel Melech

ברודער׳ל יא ס׳זייער שווער
באנק און לייד, יסורים אן אויפהער
טרערן גיסט, די קלעמען שרייט און ברענט
ווי ביטער די מאמענט
.מיט יאוש הייבט די הענט

געדענק אז אין יעדן בייזן צער
פארהאן איז א לעזונג דערפאר
אן עצה גאר א גרינגען דא דערביי
א פשוטער געשריי
.באשטייט פון ווערטער צוויי

אזוי זאגט אונז דער דברי ישראל
אידן אלעמאל
אין יעדן מצב שמאל
מיט קלעם און וויי
.האבן זיי געשריגן אן א צאל

די גלות אין מצרים שווער
ארבעט אן אויפהער
זיי קענען שוין נישט מער
סוף כל סוף רחמנות אויפגעוואכט
דעם טויער אויפגעמאכט
.די גאולה האט עס זיי געבראכט

CHORUS:
א רושם אין הימל עס ווערט
ווען דער באשעפער ער הערט
.ווי מ׳שרייט ״טאטע העלף״
אין וועלעכע מצב דו שטייסט
זוכסט א ישועה א טרייסט
.געב א שריי ״טאטע העלף״
״טאטע העלף״ און דו ביסט א געהאלפענער
.״טאטע העלף״ און דו ביסט א געהאלפענער

שטייט א איד, פונעם אייבערשטן קלערט
שווערע געדאנקען איהם צושטערט
מבולבל ווערט ער דורך די ס״ם
זאגט אונז דער בעל שם
.ווי גיט מען זיך א נעם

זאגט דער צדיק זכותו יגן עלינו
געב א שריי אבי הושיענו
אלע מקטריגים דו אפשטילסט
בקשות דו ערפילסט
.קענסט פועל׳ן וואס דו ווילסט

הלוואי ווען דו וואלסט ווען געוויסט
ווי שטארק דער בורא גלוסט
ווען שרייען דו טוסט
ער בעהט ביי דיר, שריי צו מיר
.און העלפן וואלט איך געמוזט

ווי ביים עקידה, ויאמר אבי
זאגט הקב״ה, יא – הנני בני
אין יעדן דור רחמנות אויפגעוואכט
דעם טויער אויפגעמאכט
.די גאולה אט אט שוין עס בראכט

CHORUS:
א רושם אין הימל עס ווערט
ווען דער באשעפער ער הערט
.ווי מ׳שרייט ״טאטע העלף״
אין וועלעכע מצב דו שטייסט
זוכסט א ישועה א טרייסט
.געב א שריי ״טאטע העלף״
״טאטע העלף״ און דו ביסט א געהאלפענער
.״טאטע העלף״ און דו ביסט א געהאלפענער

אזוי פיהל צרות אומעטום
מחלות אן א סכום
קוק זיך אויף אונז אום
טאטע העלף, זיבעציג וועלף
.נעמט דיין שעפעלע ארום

אור חדש על ציון תאיר
נאך צוויי טויזענט יאר
וועט זיך אנזעהן קלאר
אז אין יעדן דור רחמנות אויפגעוואכט
דעם טויער אויפגעמאכט
.און דאס האט די גאולה אונז בראכט

CHORUS:
א רושם אין הימל עס ווערט
ווען דער באשעפער ער הערט
.ווי מ׳שרייט ״טאטע העלף״
אין וועלעכע מצב דו שטייסט
זוכסט א ישועה א טרייסט
.געב א שריי ״טאטע העלף״
״טאטע העלף״ און דו ביסט א געהאלפענער
.״טאטע העלף״ און דו ביסט א געהאלפענער

יעצט ווען דעי עצה דו ווייסט
דעי צוויי ווערטער וואס דאס הייסט
ווערן פון שלעכטס אויסגעלייזט
דאס מיטנעמען אייביג דו גייסט
אין וועלעכע מצב דו שטייסט
זוכסט א ישועה א טרייסט
.געב א שריי ״טאטע העלף״

ABRIDGED CHORUS:
״טאטע העלף״ און דו ביסט א געהאלפענער
״טאטע העלף״ און דו ביסט א געהאלפענער