LYRIC

SHUL- Shmueli Ungar- Composed By Hershy Weinberger- Mach A Bracha

א שחרית׳ל א מעריב׳ל
מ׳דאווענט אין שול
א געבעטל דארט ביים ברעטל
בעט מען אין שול
א מקוה טינק א קאווע טרינק
.ביידע אין שול

.א אידיש ציהל מיט געפיל די הייליגע שול

דער פארדינגט געטראפן פונקט
הענגט דארט אין שול
משולחים און נצרכים
זאמלען אין שול
קום דא נענטער נא א צענטער
.מ׳דארף דיך אין שול

.א אידיש ציהל מיט געפיל די הייליגע שול

טוישן טשעקלעך טרעפן פעקלעך
אויכעט אין שול
וויאזוי די ראוד פאר וועם מ׳וואוט
שמועסט מען אין שול
גאנצע קופקעס קרעמלעך דערציילן דאס פאר
וועם ׳עלעך
.אלעס דרייט זיך וואס מ׳רעד אין שול

געזוכט א ניר צו האט איר
פרעגט מען אין שול
סידי׳ס ענינים אויף חינוך הבנים
ביים שענקל אין שול
מ׳בארגט ווי גרויסע סוחרים
באקומסטעס אין א וואך ארום
.איך ברענג דיר צו ס׳געלט דא אין שול

שטייט זיך תמיד ביי דעם עמוד
דער משורר
מיט א תפילה די קהילה
איז ער מעורר
.ברוך אתה ה׳ מגן אברהם

דאס אידיש לעבען טוט זיך וועבען
ארום דעם שול
א חברותא והגית
לערנט אין שול
איינער שרייט איך זיך א רייד
.אויכעט פון שוהל

.א אידיש ציהל מיט געפיל די הייליגע שול

מ׳פארברענגט ס׳איז אנגשטרענגט
לויפט מען אין שול
די קינדער א פייט די טאטע גייט ווי
צו מנחה אין שול
נעבעך א צרה
משה בן שרה
!נא להתפלל אוי

.א אידיש ציהל מיט געפיל די הייליגע שול

די פעדלער אויך א דולר ברויך
זיצטער ביים שול
זייפן טאבלעטן ראול׳ס באגעטן
א מאשין שטייט אין שול
וועש פון אלע פירעמע׳ס נאך א רעגן פול מיט שירעם׳ס
.נאך דרייסיג טעג ווערט הפקר אלס פון שול

א שמחה איך מאך וואס די שפראך
גייט זיין אין שול
ביים מופן איך האלט
א קשיא באלד
נעבען וועלכע שול
א שידוך קעמען שליסען
נאר אויב יעדער יוד וועט שמועסן
.מיין מחותן איז א מזרח איד אין שול

הם משכימים געלטער סכומים
דברים בטלים
די באשעפער זעהט דער יוד ער בעהט
בזכות דעם איך טיילעם
ברוך אתה השם שומע תפילה
פאריאגט פארפלאגט דאך ער זאגט
מה טובו אין שול
פון אלעם פארגעסטער צום טאטען די
גרעסטער
רעדט ער אין שול
אין אזא תוהו ובוהו ווייסטער אז השם רועי
.ער זאגט קום דריי מאל אין שול

ווען איך שטיי דע לפני
וויי הייליג די שול
א חבר באליבט אין פאון ער ביפט
איך בין דאך אין שול
נעם אן מיין אפאלעדזשי איך לעש אויס
מיין טעקנאלעדזשי
.שששש מ׳דאווענט דאך אין שול

מ׳פראבירט די טאטע שפירט
דער קה ריבון עלם
בענטשט ער זיי א שפע משמי
ברוב עוז ושלום
.ברוך אתה ה׳ המברך את עמו ישראל בשלום