LYRIC

SHLUFEN KINDER- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Yiddish Nachas

שלאָפֿן קינדער שלאָפֿן, דער טאג איז שוין אנטלאפן
אלע מענטשען גרויס און קליין, דארפן שלאפן גיין
אויסגעטאן די קליידער, אויפגעלגט אין סֵדֶר
אנגעטאן צום שלאפן גיין, אפגעוואשן ריין
אויסגעצויגן, הענט אויף אויגן
שְׁמַע יִשְׂרָאֵל – הַשֶׁם אֶחָד, עס איז דא איין ג-ט
אן אים איינעם, און נישט קיינעם
.די נְשָׁמָה אים מען גיבט, ער אליין זי היט

שלאָפֿן קינדער שלאָפֿן, טאג איז שוין אנטלאפן
נישט גערודערט נישט געווארט, א קוש א גוטע נאכט
און דער פריינט דער לעצטער, איז דער פריינט דער בעסטער
גיט א קוש א זיסן איר, דער מזוזה אויפן טיהר
אויסגעצויגן, פארמאכט די אויגן
ריין און ווארעם צוגעדעקט, נאר דער נעזל שטעקט
גארנישט זאגן, ביז ס’וועט טאגן
.אן קיין מוֹרָא איז ניטא, הַשֶם לִי וְלֹא אִירָא