LYRIC

SHEMA- Lipa Schmeltzer- Composed By JJ Fried- Shema

שמע הער צו
ביינאכט, אינדערפרי
פעמיים באהבה
די העכסטע תפילה
יום כיפור ביי נעילה
.מ’ שרייט די לעצטע שעה

די נאכט פון ברית
פארן קינד א זכות
מ’געט דאס קיינמאל אויף
דעם פסוק באנייען
ווייל דאס וועט ער שרייען
.ביז ער גייט אין גן עדן ארויף

CHORUS:
,שמע ישראל ה’ אלוקינו
ה’ איין גאט, אחד
,שמע ישראל ה’ אלוקינו
ה’ איין גאט, אחד
.איין גאט, הער שוין צו שמע

אין אייזערנע שטאנגען
אין לייבן גרוב געפאנגען
‘ער גייט אויף קידוש ה
ער געט א געשריי
איך בלייב צו דיר געטריי
.מיין הייליגע נשמה נעם

געבויגען צום ערד
ביים האלז ליגט א שווערד
אויף קידוש ה’ ער גייט
אין קייטלען געבינדען
די פייער אנגעצינדען
.זיין לעצטע ווערטער ער שרייט

CHORUS:
,שמע ישראל ה’ אלוקינו
ה’ איין גאט, אחד
,שמע ישראל ה’ אלוקינו
ה’ איין גאט, אחד
.איין גאט, הער שוין צו שמע

,אידעלע געדענק אין גלות ווען ס’איז ענג
צו שרייען צו גאט
.אחד

CHORUS:
,שמע ישראל ה’ אלוקינו
ה’ איין גאט, אחד
,שמע ישראל ה’ אלוקינו
ה’ איין גאט, אחד
.איין גאט, הער שוין צו שמע