LYRIC

SHABBOS IN MEZHIBUZH- Mordechai Ben David- Composed By Avi Fishoff, Lyrics By Lipa Schmeltzer- Solid Gold 4

אין אדר תש״ס, צוואנציק חבירים פון ארום די גאנצע וועלט זענען
געפארן אויף א נסיעה צום הייליגען בעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו
:אויף שבת פרשת זכור, און דאס דערציילן זיי

VERSE 1:
די שקצים אין אוקריינא זיי קענען נישט פארשטיין
פארוואס קומט אזא גרויסע עולם צו גיין
.פון יענער עק וועלט פון ישראל און אויך פון אמריקע

קיין שטעטעלע מעזיבוז מיר גייען מיט פרייד
גרויסע צדיקים זיך אלץ דא געדרייט
.א גאנץ שבת קודש דא וועלן מיר זיין, אין מעזיבוז

CHORUS 1:
צו זיין ביי דעם הייליגען בעל שם טוב׳ס א טיש
נאך צוויי הונדערט יאר מיר פארגעסן גארנישט
.די קדושה אויף יעדן צוריק אויף געפרישט, אין מעזיבוז
א שבת און מעזיבוז ביים הייליגען בעל שם
די טרערן פון הארצן באשעפער שוין נעם
מיט קדושה טהרה מעין עולם הבא
.אין מעזיבוז

VERSE 2:
ס׳פרייטאג צונאכט׳ס און מ׳בעהט נאכאנאנד
קיין לעקטער נישט דא דעם פארצייטענס דערמאנט
.אבער די לעכטלעך ביים ציון עס שטראלט נאך און שיינט ביים בעל שם טוב

מ׳גרייט זיך צום קידוש׳ל פרייטיג צונאכט׳ס
די השגחה עליונה האט ווי אויך געבראכט
.עס הייבט זיך די פיס אין א טאנצעל מען מאכט דאך אין מעזיבוז

CHORUS 2:
מיט גרויסע התלהבות מיר טאנצען ארום
תהא שעה הזאת, שעת רחמים
.א קרעכצעל פון הארצען עס קומט דאך ארויס אין מעזיבוז
א שבת און מעזיבוז ביים הייליגען בעל שם
די טרערן פון הארצן באשעפער שוין נעם
.מיט קדושה טהרה מעין עולם הבא אין מעזיבוז

VERSE 3:
א טעם פון גן עדן גאנץ שבת געשפירט
די שיינע זמירות האט מען אויך אנגעפירט
.אין הייליגען דערפל מיר האבן שפאצירט אין מעזיבוז

א חשובע איד גיט דאס אונז צו פארשטיין
אז דער צדיק אין הימל איז גוזר אליין
.ווער צו זיין ציון זאל קומען צו גיין קיין מעזיבוז

CHORUS 3:
אוי רבי אויף אידישע קינדערלעך קוק
אוי אונזערע צרות שוין זיכער גענוג
.צובארכענע אידעלעך בעטן אויף גליק אין מעזיבוז
א שבת און מעזיבוז ביים הייליגען בעל שם
די טרערן פון הארצן באשעפער שוין נעם
.מיט קדושה טהרה מעין עולם הבא אין מעזיבוז

די גרויסע צדיקים זיי קוקען אראפ
בשעת סעודה שלישית וואס טוט זיך דא אפ
.שוין לאנג נישט געווען אזא פייער פון קדושה אין מעזיבוז
אונזערע תפילה געזאנגן אין הימל ארויף
אלע גרויסע צדיקים זיי קומען זיך צינויף
.און זיי טאנצן דא נאכאמאל אין צדיק׳ס הויף דא אין מעזיבוז

ס׳איז שוין מוצאי שבת מען בעט מיט געוויין
אוי גאט פון אברהם באגלייט אונז אהיים
.צוריק אין דעם בלאטע אין גלות מיר גייען פון מעזיבוז
מיר בעטן ישועות פאר אונז אלע אויף אמאל
און טראגען השפעות פאר פריינד איבעראל
…אהיים קיין אמעריקע און אויך קיין ישראל
!אוי רבי! אמעריקע איז נישט מעזיבוז

רבונו של עולם
רבונו של עולם
מעזיבוז
א שבת און מעזיבוז
.מעזיבוז