LYRIC

REB MENDEL- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Emunah

-1-

ר’ מענדל איז א איד א גרויסער תלמיד חכם
און א גרויסער בר דעת
ער האט א אשת חיל פוהל מיט שבחים
.נאר שטענדיג איז זי אין כעס

ווען זי זעהט איהם איין הויבט זי אן צו טאנצן
און זי שרייט אויף איהם
און ר’ מענדל הערט איהר אויס אינגאנצן
.און ענטפערט נישט אויף דעם

איינמאל ווען ער האט
געקומען פון א ווייטער שטאט
האט זי גענומען אויף איהם שרייען באנדיט, גולם, אידיאט
ר’ מענדל האלט נישט אויס
ער לויפט פון הויז ארויס
.און צום הייליגן בית אהרן, ער לויפט אוועק אין הויז

דער בית אהרן האט שוין געווארט
די טיר האט ער אויפגעמאכט
מיר ווייסן זאגט ער מענדל וואס דו האסט דורכגעמאכט
נאר אויב דו האסט נישט מוהט
צו ליידן וואס זי טוהט
.וועלן מיר זעהן אז אין דער מינוט, וועט זי שוין ווערן גוט

-2-

דורכגעלאפן וואכן גאר אן מורא
די פאר לעבט אן אנטיק
ר’ מענדל פארט קיין קיעוו קויפן סחורה
.און ביינקט שוין אהיים צוריק

ער קויפט מתנות פאר איהר’ט וועגן
און ער לויפט צום טרעין
פלוצלינג קומט איהם אן א מענטש אנטקעגן
.און לאזט איהם נישט גיין

און גיט איהם א כאפ
און גיט איהם א קלאפ
און שרייט איך האב געכאפט דעם מערדער, פון גרויסן האלד-אפ
און אויפן גרויסן סטריט
מען פיהרט איהם אינדערמיט
.און מען שלאגט איהם, און מען יאגט איהם, און מען שרייט באנדיט

געקומען אין פאליס
דערציילט דארט ווער ער איז
דער פאליסמאן ער ווארפט איהם אום, און טרעט איהם מיט די פיס
עס איז באלד פינף יאהר
אז מען זוכט דיר נאר
.יעדער איינער האט דיין בילד מען קאן דערקענען קלאר

-3-

מען האט גענומען זוכען אין זיינע פאפירען
דעם טעות האט מען דערזעהן
האט מען גענומען לויפען דורך די טירען
.אויך דער פאליסמאן

א נייער פאליסמאן איז אריינגעקומען
און ער זאגט צו איהם שיין
א טעות איז מיין הער דא פארגעקומען
.און איהר קענט שוין גיין

ר’ מענדל גייט אוועק
פינסטער איז איהם די וועג
די קאפ צושלאגן, די בארד צוטראגן, פון די גרויסע שלעק
געקומען קיין קארלין
דער פנים ווייס און גרין
.און צום הייליגן בית אהרן, ער לויפט אוועק אהין

דער בית אהרן האט שוין געווארט
די טיר האט ער אויפגעמאכט
מיר ווייסן זאגט ער מענדל אלעס וואס דו האסט דורכגעמאכט
נאר זיי ניט אין כעס
און ענטפער מיר ווי א בר דעת
.וואו איז בעסער ביי דיר אין הויז וואו קיינער זעהט נישט, צי אין קיעוו אינמיטן דער גאס