LYRIC

OIB NISHT KEIN EMUNAH- Avraham Fried- Traditional Tune- Ah Mechaye!

איי די כלי זמרים שפּילן אזוי פיין
אט האט איר א ניגון וואס פאנגט זיך אן מיט אן א
און גייט דורך די גאנצע אלף-בית ביז ת
?אט ווי איר הערט, איר גלייבט מיר נישט
…אט וועט איר הערן

AD LIB:
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין אֱמוּנָה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ אַרְבּעֶטְסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין בִּטָּחוֹן צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ בְּרוֹיכְסְטוּ דִי גאַנְצעֶ וועֶלְט

,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין גְּמִילוּת חֲסָדִים צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ גֵייסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין דְּבֵקוּת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ דאַרְפְסְטוּ דִי גאַנְצעֶ וועֶלְט

OOM-PA-PA OOMPAH- Tempo 60:
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין הִתְלַהֲבוּת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ האָרעֶוועֶסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין וואַרעֶמְקַייט צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ וִוילְסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט

,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין זְכוּתִים צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ זוּכְסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין חֲסִידוּת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ חאַפְּסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט

,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין טָהֳרָה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ טוֹיגְסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין יִרְאַת שָׁמַיִם צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ יאָגְסְטוּ זִיךְ אוֹיף דעֶר וועֶלְט

,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין כִּבּוּד אָב וָאֵם צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואָס אִיז דעֶר כָּבוֹד אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין לִמּוּד הַתּוֹרָה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ לוֹיפְסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט

…יא, מ׳לויפט… אוי, מ׳לויפט און מ׳יאגט זיך אהין און אהער טאג און נאכט אהין און צוריק
?אוודאי איז וויכטיג די פאר גראשן, אבער אידעלאך, ווילט איר זיין גליקליך
!כאפטס אריין נאך א מצוה

,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין מִצְוֹות צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ מאַטעֶרְסְטוּ זִיךְ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין נְדָבוֹת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ נאַרְסְטוּ דִי גאַנְצעֶ וועֶלְט, העֶ

,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין סֵדֶר פֶּסַח צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ סאַפּעֶסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין עֲנִווּת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואָס וועֶסְטוּ עֶנְטְפעֶרְן אוֹיף יעֶנעֶר וועֶלְט

,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין פִּדְיוֹן שְׁבוּיִים צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ פְּלאָגְסְטוּ זִיךְ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין צְדָקָה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ צוּרַייסְטוּ דִי גאַנְצעֶ וועֶלְט

,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין קְדֻשָּׁה צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ קוֹיְפְסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין רַחֲמָנוּת צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ רַעֲשׁ’טוּ דִי גאַנְצעֶ וועֶלְט

,אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין שַׁבָּת קוֹדֶשׁ צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואזָשְעְׁ שְׁרַייסְטוּ אוֹיף דעֶר וועֶלְט
אוֹיבּ נִישְׁט קֵיין תּוֹרָה, תְּשׁוּבָה,ְ תְּפִילָה
,צוּזאַמעֶן מִיטְ’ן געֶלְט
?וואָס אִיז דעֶר תַּכְלִית אוֹיף דעֶר וועֶלְט