LYRIC

OD YOSEF CHAI- Beri Weber- Composition & Lyrics by Motty Ilowitz- Korban

איך בין יוסף – דער עלפטע קינד
,פון פאטער יעקב
מיין לעבן’ס געשיכטע מ’געפינט
.אין ספר בראשית צום סוף
איך האב געהאט פאר מיך ברודערלעך צען
,אינדערהיים איז מיר נישט גרינג געווען
שנאה, און קנאה
האב איך יעדן טאג געזען

מיין מאמע האט מיך איבערגעלאזט
,איך בין געווען קוים אכט יאר אלט
שוין אינגערהייט האב איך געקאסט
.ממש ווי מיין לעבן צעפאלט
א יתום אן א מאמע’ס האנט
,יעדער קוקט מיך אן אינטערסאנט
איך האב געדענקט און געבענקט
– וואס מיין טאטע האט מיך אייביג דערמאנט

“…דו ביסט יוסף. דו ביסט יוסף”

נישט קיין חילוק וואס דו גייסט אריבער
,ביסטו א צדיק, א גיבור
דו ביסט יוסף
.מיין ליבליך קינד
זאל זיין וואס זאל זיין
בלייבסטו אייביג מיין
זיסער יוסף, מיין ליבליך קינד

,עוד יוסף חי
עוד יוסף חי

פון גרויסע חלומות האב איך געטראכט
,העכער און העכער צו גיין
יעדער האט פון מיר חוזק געמאכט
.איך בין געשטאנען איינער אליין
מיך פארקויפט קיין מצרים אלס קנעכט
,מיין לעבן איז מיר ביטער און שלעכט
אין פוטיפר’ס הויז איך דריי מיך ארויס
פון בּאגיין אומרעכט

נישט גענוג מיינע צרות פון בעפאר
,האט מען מיר אין תפיסה פארשפארט
געבינדן אין קייטן אויף צוועלף יאר
.אבער דאך אויף מלכות איך ווארט
פאר פרעה מיך איינמאל געשטעלט
,עס האט זיך איבערגעדרייט מיין וועלט
פון ווייטאג בין איך איין טאג
.געווארן א פירער, א העלד

“…אני יוסף, ברודער’ס – אני יוסף”

נישט קיין חילוק וואס איך בין אריבער
גיטס פארן טאטע’ן איבער
עס לעבט נאך יוסף
.ער איז ריין פון זינד
נישט קיין חילוק וואס איך בין אריבער
דאך בין איך א מלך, א גיבור
איך בין יוסף
מיין טאטענ’ס א קינד

הער מיך צו
איך זעה ווי דו
,גייסט דורך שווערע צייטן
מ’טשעפעט מ’שפייעט
איך זעה ווי ס’גייט
.דיך שלעכט פון אלע זייטן
דא רעדט צו דיר יוסף אליין
,ווער נאך ווי איך קען דיך פארשטיין
דיין געוויין, דיין פיין
נסיונות ביישטיין

קומסט פון א שווערע שטוב
אדער דו ליגסט אין גרוב
,דיין חלום קען קיינער צושטערן
ביסט שטערקער ווי דו מיינסט
וועסטו זעהן אליינס
.ווי דאס וועט נאך פארווירקליכט ווערן
הער עס פון יוסף, פון עהם’ן
,וואס איז דורך די אלע פראבלעמען
דאך א צדיק, א גיבור
ביז היינט האט ער די שענסטע נעמען

:זאג פאר דיר אליין – זאג פאר דיר אליין
.איך בין יוסף”
איך בין יוסף – איך בין יוסף
איך בין יוסף, פונקט ווי יוסף
!איך בין יוסף

נישט קיין חילוק וואס איך גיי אריבער
קען איך זיין א צדיק, א גיבור
פונקט ווי יוסף
,מיט טרערן איך שריי
נישט קיין חילוק וואס איך גיי אריבער
גיט’ס פארן טאטן איבער
עס לעבט נאך יוסף
!עוד יוסף חי

,עוד יוסף חי
עוד יוסף חי
(x2)