LYRIC

MID’VAR SHEKER TIR’CHAK- Composed by Abie Rotenberg- Lomir Furen

?ווער האט די מילך אראפגעשטופט
,נישט איך, נישט איך
?און ווער האט אויסגעגאסן די זופ
א יעדער נאר נישט איך

?ווער האט מושי׳ס גלעזער צוקראכט
,נישט איך, נישט איך
?און ווער האט די טישטוך נאס געמאכט
א יעדער נאר נישט איך

מדבר שקר תרחק
פון ליגנט לויף אוועק
,דער אויבערשטער ווייסט אלעס פון דעם אנפאנג ביזן עק
א יוד דארף זאגן אמת, נאר מיט ערליכקייט און רעכט
נישט דערציילן עפעס וואס איז נישט געשעהן עכט

?ווער האט אויסגעגאסן די וויין
,נישט איך, נישט איך
?און ווער האט גענומען טשאקלאד אליין
א יעדער נאר נישט איך

?ווער האט צוריסן די נייע ביך
,נישט איך, נישט איך
?און ווער האט באהאלטן יואלי׳ס שוך
א יעדער נאר נישט איך

מדבר שקר תרחק
פון ליגנט לויף אוועק
,דער אויבערשטער ווייסט אלעס פון דעם אנפאנג ביזן עק
א יוד דארף זאגן אמת, נאר מיט ערליכקייט און רעכט
נישט דערציילן עפעס וואס איז נישט געשעהן עכט

!איך האב די מילך אראפ געשטופט
!און איך האב אויסגעגאסן די זופ
!איך האב מושי׳ס גלעזער צוקראכט
!און איך האב די טישטוך מאס געמאכט
!איך האב אויסגעגאסן די וויין
!און איך האב גענומען טשאקלאד אליין
!איך האב צוריסן די נייע בוך
!און איך האב באהאלטן יואלי׳ס שוך

מדבר שקר תרחק
פון ליגנט לויף אוועק
,דער אויבערשטער ווייסט אלעס פון דעם אנפאנג ביזן עק
א יוד דארף זאגן אמת, נאר מיט ערליכקייט און רעכט
נישט דערציילן עפעס וואס איז נישט געשעהן עכט