LYRIC

MEIN SHEIFELE- Lipa Schmeltzer- Tune By Johannes Brahms, Lyrics By Lipa- Shema

טייער שעפעלע קינד מיינע
הער זיך צו די שיינע ליד
אויסצוניצן די טעג דיינע
דארפסטו זיין אויסגערוט
טייער קינד זאלסט דיר נישט זארגן
לייג אראפ שוין דיין קעפעלע
דו דארפסט דאך שטייגן אויך מארגן
.יעדן טאג איין טרעפעלע

דארפסט’עך כח ווי א אידעלע
און נאר אזוי מען קען
נאך א מצוה’לע נאך א מדה’לע
מיט חשק און מיט ברען
נאר אויף תורה נוץ דיין מוח
ווי א ערליכע איד
צו דעם דארף מען אסאך כח
.דאס קען מען נישט ווען מ’איז מיד

שלאף מיין קינד רוה דיך אויס
מיין טייער נחמה’לע
ברענג א לעכטיגקייט און הויז
מיין שעפעלע נשמה’לע
שלאף מיין קינד רוה דיך אויס
מיין טייער נחמה’לע
ברענג א לעכטיגקייט און הויז
.מיין שעפעלע נשמה’לע

טייער זיסקייט ס’איז שווער צו גלייבן
איך בין אויכעט געווען קליין
מיר פלעגט מען אויך אויפהייבן
און אויסהערן מיין געוויין
די אלע ספרים וואס איז מסוגל
איז געלעגן ביים בעטל
און מיין מאמע זינגט ביים וויגל
:די ווערטער די פשעטל

תורה צוה לנו משה”
מורשה קהילת יעקב
לערן נאר די תורה הקדושה
“ווייל דאס איז אונזער חוב
איך בין קליין דער פנים בלאס
א ניגון טו איך הערן
אירע אויגן מאכט מיר נאס
.מיט אירע הייסע טרערן

שלאף מיין קינד רוה דיך אויס
מיין טייער נחמה’לע
ברענג א לעכטיגקייט און הויז
.מיין שעפעלע נשמה’לע

די יארן לויפן אוועק זיי שפרינגן
ס’קומען דורות נאכאנאנד
זאלסטו געדענקען אויך צו זינגן
די ווערטער וואס איך זינג היינט
דיינע קינדער זאלסטו דערמאנען
די געבעט אויך די געדאנק
ווי איך בין ביים בעט געשטאנען
.זינג זיי אויך דעם געזאנג

תורה צוה לנו משה
מורשה קהילת יעקב
לערן נאר די תורה הקדושה
ווייל דאס איז אונזער חוב
זאלסט מיר פאלגן, בני בני
זע מיינע טרערן
דיין טאטע און מאמע הער גוט צו
.וועסטו א צדיק ווערן

שלאף מיין קינד רוה דיך אויס
מיין טייער נחמה’לע
ברענג א לעכטיגקייט און הויז
מיין שעפעלע נשמה’לע
שלאף מיין קינד רוה דיך אויס
מיין טייער נחמה’לע
ברענג א לעכטיגקייט און הויז
.מיין טייער זיסע שעפעלע