LYRIC

LEIBY FOREVER (Yiddish Version)- Sung & Composed By Lipa Schmeltzer- Leiby Forever (2011)

א קינד פארט אין באס, אין חדר צו גיין
און קומט אן אין גן עדן אומשולדיג אזוי ריין
פארוואס און פאר ווען, מיר קענען נישט פארשטיין
.א מעסעדזש טייטשט זיך אויס יעדער זיך אליין

דאס קינד איז געווען פון א העכערע סארט
דאך האט קיינער נישט געוויסט וואס ליגט באהאלטן דארט
זיין שמייכל און זיין הארץ ווער ס’האט איהם געקענט
.זיין איידלקייט און חן פארציילן אויך די ווענט

אין בית מדרש, אין חדר
ביים דאווענען, ביים סדר
פאר יעדן אלץ געטון שווער אדער גרינג
און פונקט ער אן עקידה
אוועקגענומען ליידער
.נאך פאר די ניין יאר אזוי פריש און יונג

א נפש גאר הייליג
געווארן א חלק
פון גאנץ כלל ישראל אן אייגן קינד
די טויזענטער שעות
די טרערן, די דמעות
.אונז צאמגענומען ווי איין הויז געזונד

CHORUS:
לייבי מיר בענקען נאך דיר
ווי האסטו זיך פארלוירן אין דיין לעצטע שפאציר
מיר האבן דיר געזיכט און געזיכט
א גוף קען מען פארלעשן אבער נישט דאס הייליג ליכט
.ווייל נר השם נשמת אדם

די כח האחדות וואס דו האסט צוזאמגעברענגט
יעדער שפירט די צער די דרוק אזוי געענגט
לאמיר ווייטער האלטן שטארק דעם קידוש שם שמים
.באהבה ואחוה אחים ורעים

עפענען טויערן
פאר דער וואס איז פארלוירן
אזויפיל טרעפן נעבעך נישט דעם וועג אהיים
נשמות פארשניטן
אזויפיל שוין געליטן
.מיט ליבשאפט לאמיר ווייזן דעם דרך השם

CHORUS:
מיין ברודער מיר בענקען אזוי נאך דיר
?וואו האסטו פארבלאנדשעט אין וועלכע טיר
מיט ליבשאפט מען זיכט און מען זיכט
.ביז עס וועט אויפלאמען דיין הייליגן ליכט

לייבי מיר בענקען אזוי נאך דיר
לזכר נשמתך מיר עפענען די טיר
דא אויף די וועגן מען זיכט און מען זיכט
אויף דער וואס איז פארלוירן, לייבי שיין אראפ דיין ליכט
.זיי זאלן טרעפן דעם וועג אהיים