LYRIC

ICH GLEIB- Yingerlich- Composed by Hershy Weingberger, Lyrics by Velvy Feldman- Yingerlich 1

איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב
,א יודיש קינד, אלעמאל ער גלייבט
זינגט מיט מיר צוזאמען
די דרייצן אני מאמין
איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב
(x2)

איך גלייב אז דער בורא, אלעס ער פירט
,אלעס וואס געשעהט און האט אמאל פאסירט
ער טוט באשאפן, אלעס וואס מיר דארפן
די גאצע וועלט באצירט

איך גלייב אז נאר ער – איז די איינציג גאט
,נישט דא אזא איינער ווי די בורא וואס מ’האט
ער איז געוועהן, און וואס ס’וועט געשעהן
איז נאר פון השם אחד

איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב
,א יודיש קינד, אלעמאל ער גלייבט
זינגט מיט מיר צוזאמען
די דרייצן אני מאמין
איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב
(x2)

איך גלייב אז דער בורא קען מען נישט פארשטיין
,נישט ווי א מענטש פון פלייש און ביין
די ערשטע און לעצט, הייליג און געשעצט
און נאר צו אים מתפלל זיין

איך גלייב אז די נביאים און זייערע רייד
,איז נאר מיט אן אמת און א העכערקייט
און משה געטריי איז די רבי פון זיי
אן קיין ענדליכקייט

איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב
,א יודיש קינד, אלעמאל ער גלייבט
זינגט מיט מיר צוזאמען
די דרייצן אני מאמין
איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב
(x2)

איך גלייב אז די תורה – אונזער לעבן
,האט דער בורא פאר משה אים געגעבן
דאס טוט אונז באגלייטן, ס’וועט זיך נישט בייטן
אזוי ווי אונזער שטרעבן

איך גלייב אז דער בורא ווייסט וואס יעדער טוט
,וואס א מענטש טראכט א יעדע מינוט
און טאקע דערפאר, באצאלט ער מיט שכר
פאר ווער ס’גייט אין זיינע טריט

איך גלייב אז משיח איז שוין דא כמעט
,כאטש מיר ווארטן שוין אזויפיל צייט
און תחיית המתים וועלן אלע אויף שטיין
ווען דער אייבישטער’ס ווילן וועט זיין

איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב
,א יודיש קינד, אלעמאל ער גלייבט
זינגט מיט מיר צוזאמען
די דרייצן אני מאמין
איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב
(x2)