LYRIC

ICH FUR AHEIM- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L

פּוילן פּוילן פּוילן פּוילן, פּוילן פּוילן פּוילן פּוילן

,ב”ה געקומען שוין קיין פּוילן, איך נעם די פּעק און וויל פון טרעין אראפ
.שטייט א פּאָלאַק און ער טוט באפוילן, יודן זאלן היטן זיך די קאפּ

,פּוילן איז א לאנד גארניט פאר יודן, יודן וועלן דא נישט קאנען זיין
.פול איז זי מיט שונאים און באנדיטן , עס איז א לאנד פון צרות און פון פּיין

די פריינד גע’טויט סאיז נישט געבליבן קיינער, די הויז פארברענט געבליבן ער איז שטיינער

איך בינד די פּעק, איך שלעפּ די זעק, איך פאר אוועק, צוריק אין וועג, און פולן זון, אהער אהין, ווער ,ווייסט וואו אהין
,איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג
.איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איבער שטעט און שטעטלאך אָן אַן עק

,דער (פאָלאַקן??) אן א שיעור, קוקן אזוי בייז אויף מיר, בריקעלאַך אַזאָנע פלויטן, יאגן אייינער אן דעם צווייטן
.שטעטאלאך פעלדאלאך, דערפאלאך, וועלדאלאך, און אינמיטן שטייט א בוים, איך פאר אהיים

טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן, טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן

,דער טשעך האט אונז באגעגנט מיט א צארן, און געהייסן ווייטער גיין אין וועג,
.אין דייטשלאנד איז דאך אנדערשט נישט געווארן, באַראַקן פול מיט הונגער און מיט שרעק,

,דער אונגאַר פאר’סמ’ט פון זיינע שכנים, ער האט זייער ליעב יודישע געלט
.דער פראַנצויז ער לאכט צו יעדן איינעם, און א מעסער האַלט ער זיך פאַרשטעלט

אין אַמערקא האט מען משפחה, אפשר וועט זיין דאָרטן מיט הצלחה

,איך צייל די טעג, איך פאר אוועק, צוריק אין וועג, איך פּאַק די פּעק, איך פאָר אַוועק, איך פאָר אַוועק, צום צווייטן ברעג
,איך פאר אהיים, איך פאָר אַהיים, איך פאַר אָהיים, איך פאר אוועק, איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג
.איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איבער ברייטן וואסער אָן אַן עק

,עס פאָרט די שיף ארויף אַראָפּ, עס נאָגט די האַרץ עס ברעכט די קאָפּ, עס ווארפט אהער עס ווארפט אהין, ווער ווייסט וואו אהין, ווער ווייסט וואו אהין
.? ? ? ? ? ? ? ?, ? ? ? ? ? ? ? ? ? ? ? ? בארגן ? ? ?, ? ? זארגן ? ניו יאָרק

ביזנעס ביזנעס ביזנעס ביזנעס, האַריִ-אַפּ האַריִ-אַפּ

,א געטומל שטענדיג א געפילדער, שטענדיג לויפט מען ווי עס וואלט געברענט
.איך קוק אויס אינגאנצן ווי א ווילדער, די שיך צו-עפנט ארויסגערוקט די העמד

,און דער היפּי ווארפט אן מרה שחורה, און די פּריצות מאכט אייך צושאַנד
.און די נאַציס וואַקסן גאָר אָן מורה, און די שחורים הייבן אויך א האנד

אין ארץ ישראל וועט מען פארן, מען דערציילט אז דארט איז גוט געווארן

,איך פאר אהין ?????? ??????, מען וועט זיך מאַכן דאָרט אַן אָרט, אַ שטיקל ברויט מיט מילך קוואָרט, מען פארט מען פארט
,איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג
.איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, אנטקעגן קומען יודן אויפן וועג

,איך גיב אויף זיי אַ מאָדנער בליק, זאג פאַרוואס פאָרט איר צוריק ענטפערט מען מיר טרויעריג נישטא קיין גליק נישטאָ קיין גליק
.פראָבלעמען שווערע אָן אַ צאָל, און אַז מען ווערט קראַנק אַ מאָל שרעקט מען זיך אַריינצוגיין און אַ שפּיטאָל

גלות גלות גלות גלות, גלות גלות גלות גלות

,אינמיטן וועג איך שטיי מיר איינגעבויגן, און איך ווייס נישט וואו אהין צוגיין
.און מיט הייסע טרערן אין די אויגן, בעט איך ביי דעם אייבירשטן אליין

,זעהסט דאך אז סאיז אומעטום א מורה, דער יוד ער האט קיין ארט נישט אויף דער וועלט
.און די האסט באשעפער נישט קיין ברירה, נאר גיב אים אפ זיין לאנד און זיין געצעלט