LYRIC

HAR HAMORIAH- Sung & Composed By Motty Ilowitz- Machshuves

אויבן אויף א בארג
די אמונה איז שטארק
מיט שמחה שטייען דארט ביידע
געבינדען פיס און הענט
גרייט צו ווערן פארברענט
ליגט יצחק אויף די עקידה

פון דעמאלטס אן
טראגט דאס ארט א פאן
פון קדושה וואס איז דארט פארבליבן
די פלאץ וואס גאט וועלט אויס
וואו צו בויען זיין הויז
דעם הר המוריה אויסגעקליבן

כאטש עס איז פארהאן
פיל פלעצער וואס קען זיין
שענערס ווי די הר המוריה
פיל רייכערע ערד
נו, פארוואס פונקט דא ווערט
דאס פלאץ ווי על תילה בנויה

CHORUS:
ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט
וואו מ׳האט דאס האלדז אויסגעשטרעקט
אין פייער פארן בורא צו גיין
חשוב איז ביי אים דאס ארט
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט
זאל די בית המקדש שטיין

לויטן חשבון פון פריער
אז חשוב איז ביי דיר
די פלאץ ווי מען שטארבט פאר דיינע באפעלן
באשעפער דו זעהסט
וואו צו בויען דיין נעסט
האסטו אזויפיל וואו זיך אויסצווועלן

אויפן אוטו דא פעי
פארן הנה אלקינו זה
חלילה די אמונה נישט טויפן
צי וועסטו בויען דיין אכסניא
דארטן אין שפאניע
אויפן זעלבן פלאץ וואו פונעם שייטער הויפן

אין רוסלאנד הינגעריכטעט
גע׳שחט׳ען און פארניכטעט
געגאנגען אין פייער פאר דיר
צו וועסטו טאטע קרוין
בויען דיין וואוין
אויף די קאלטע ערד פון די פראסטיגע סיביר

אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס
דעם טויט מעסער אויפן האלדז
מיליאנען אויס׳שחט׳ן און אויסהונגערן
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב
וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן

אין אינדיע מומביי
פארן זיין א חלק אלוקי
געקוילעט ווערט מען פון דעם דזשיהאד
די הויז פון בלוט און טרערן
צי קען עס נאך איין טאג ווערן
א בית המקדש אנשטאט א בית חב״ד

CHORUS:
ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט
וואו מ׳האט דאס האלדז אויסגעשטרעקט
אין פייער פארן בורא צו גיין
חשוב איז ביי אים דאס ארט
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט
זאל די בית המקדש שטיין

אויב ווילסטו דוקא ארץ ישראל
אויף יעדן בארג און טאל
איז פארצייכענט מיט אידישע עקידות
אויף וועלכע גאס
אויף וועלכע אויפרייס
ווילסטו בויען דיינע געביידעס

דארט וואו בחורים פארכאפט מען
וואו מתפללים אנקלאפט מען
אינמיטן שחרית מיט העק און מיט מעסער
אוי טאטע ס׳שוין גענוג
משיח שוין שיק
און לאז נישט די אויסוואל ווערן גרעסער

CHORUS:
ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט
וואו מ׳האט דאס האלדז אויסגעשטרעקט
אין פייער פארן בורא צו גיין
חשוב איז ביי אים דאס ארט
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט
זאל די בית המקדש שטיין