LYRIC

DER GLIK’LICHE AMOL- Sung & Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Journey Through Song-Lamnatzeach B’neginos

,און פונקט אין מיטן נאכט האט ער געזען א חלום
,א קליינע שטעטל פול מיט ליבשאפט און מיט שלום
,קליינע הייזאלאך צושטעלטע אין איין שורה
.דער גרויסער בית המדרש אויך שטייט אין דערמיט

,גייען אידן אין די גאסן גאר אן זארגן
,”יעדער טראגט מיט זיך א פרייליכן “גוט מארגן
,דער געשמאק פון דאווענען ליגט אויף יעדנס צורה
.און די גרויסע שמחה וואס מען איז א איד

,ער קומט אין הויז און טראגט דעם טלית און די תפילין
,און דער קאפ איז פול מיט גליקלאכע געפילן
,זיין באלעבאסטע קומט אנטקעגן שוין א מאמע
.און זאגט “גוט מארגן” הויך מיט א צופרידן קול

,די פלאר געוואשן עס גלאנצט אין יעדן ווינקל
,אויף די פענסטער יעדע פורהאנגל עס פינקלט
,עס פאלט א געדאנק אין קאפ מסתמא
.איז עס א חלום און א מעשה פון אמאל

,דער גליקלאכער אמאל
,אין דעם קליינעם טאל
,וועל איך אלעמאל
.געדענקען

,דער גליקלאכער אמאל
,זכרונות אן א צאל
,וואס מאכן אלעמאל
.מיר בענקען

,א טיש א בענקל, א לאמפ מיט א שענקל
,דאס אלעס דורכאויס
,און ווי היכל, געלעגן א שמייכל
.איז אויף יעדן הויז

,דער גליקלאכער אמאל
,אין דעם קליינעם טאל
,וועל איך אלעמאל
.געדענקען