LYRIC
ACHAKE LO- Levy Falkowitz- Written by Simon Boswell, Giosy Capuano & Mario Capuano, Lyrics by Avrum Mordche Schwartz- Achake Lo
(Orig. Working Late Tonight- Amii Stewart)
דער איד ער לעבט צופרידן
ווי נאר ער גייט נאר ווי
ער וועקט זיך אבער אלץ אויף
מיין אייביג פלאץ איז נישט דאהי
ווייל איך ווייס און איך האף
צו דעם גלות קומט א סוף
מער נישט זיין צו שאנד
דער טאג קען זיין נאך היינט
די הייליג ישמח משה
איז אלץ געווען ג’קליידט
מיט שבת’דיג מלבושים
ביים שוועל פון טיר געשטאנען גרייט
ארויסגעקוקט מיט א ברען
יעדע רגע קומען ער קען
משיח אויף די וועגן
גלייך אים גיין קעגן
CHORUS:
אחכה לו איך ווארט
אזויפיל יאר פאר’צער’ט
אז ער וועט נאך קומען משיח
,קיין ירושלים פירן גלייך
אחכה לו איך ווארט
צו ווערן אויפגעשפארט
אט אט איז ער דא
הנה זה בא זה מלך המשיח
אין אוישוויץ אויף די באנען
דעם טויט פאר זיך געזען
געזינגען אני מאמין
געגלייבט עס קען נאך יעצט געשען
זינגט דער יוד, א הארציג ליד
אין השם מחזק געווען
ואף על פי שיתמהמה עם כל זה
CHORUS:
אחכה לו איך ווארט
אזויפיל יאר פאר’צער’ט
אז ער וועט נאך קומען משיח
,קיין ירושלים פירן גלייך
אחכה לו איך ווארט
צו ווערן אויפגעשפארט
אט אט איז ער דא
הנה זה בא זה מלך המשיח