LYRIC

ABAYE VERAVA- Sung & Composed by Lipa Schmeltzer- BavLipa

אדם אומר דבר שמועה מפיו
,שפתותיו דובבות בקבר
א מענטש דא אין א קורצע צייט
,דערגרייכט א באגריף
וואס אייביג בלייבט מעל ומעבר

א מענטש אויף דער וועלט לערנט
,מאכט א גרויסע טויש
,דער ניגון קען א הארץ און ׳מארס׳ נאך ציפן
,טויזנט יאר ארום א דור פון יואל צו ״מויש״
דיין אייניקל מיט דיין ליפן

,פון רב ושמואל ביז ריבניץ אדער כפר חבד
פון דער הייליגער וואלאזשינער צו חסיד׳ישע
,יונגעלייט
,גייט נאך אן די זעלבע דף מיט געשמאק
וואס געלערנט אין קראלי צפת איראק

אזוי האב איך געהערט פון דער גבאי פון
דער הייליגער ריבניצער, אז רבי חיים זאנוויל
פלעגט זינגען

תורה תורה תורה תורה
,תורה הקדושה
תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה

אביי, ורבא
,אביי ורבא, אביי ורבא קדישא
אביי, ורבא
אביי ורבא אביי ורבא קדישא

מיר וואוינען דא נישט לאנג
,דאך עס שפירט נישט וואר
ווייל ישיבות און שולן
,שטייט אויף יעדע געסל
,און איראק, געוואוינט דער איד
,צוויי טויזנט זעקס הונדערט יאר
ישיבות לענגער ווי דא און אין אייראפע

דער אכט הונדערט יאר גמרא וואס מ׳האט
,דארט אין ישיבה שטודירט
,אויך די זאמד ארום האט שוין פארגעסן
מחלוקת אמוראים וואס
,מ׳האט דארט געפירט
,בלייבט און וועט אריינגיין אין קאפ
ווייל די ווענט און הייזערו
,ואס מ׳האט פארברענט
קען נישט לעשן די ווערטער
,פון יארן טרערן און בלוט
לערנט א איד א נייע קוועטש
,א דריי די הענט
קומט דער זיידע די ליפן שעפשעט מיט

תורה תורה תורה תורה
,תורה הקדושה
תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה

אביי, ורבא
,אביי ורבא, אביי ורבא קדישא
אביי, ורבא
אביי ורבא, אביי ורבא קדישא

תורה תורה תורה תורה
,תורה הקדושה
תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה

,מיט יעדעס ווארט פון תורה
מיט יעדער חסידות

תורה תורה תורה תורה
,תורה הקדושה
תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה

,רבי חיים זאנוויל האב אינזין מיך, מיין טאטע
,מיין גאנצע משפחה
.אין גאנץ כלל ישראל, יא טאקע יא טאטע יא
אמן