LYRIC

A SUKKALEH- Yiddish Classic Song

א סוכה’לע א קליינע
מיט ברעטעלעך געמיינע
,האב איך מיר א סוכה’לע געמאכט
באדעקט דעם דאך
מיט א ביסעלע סכך
זיץ איך מיר אין סוכה’לע ביינאכט

א ווינט א קאלטן
בלאזט דורך די שפאלטן
,עס לעשן זיך די ליכטעלעך פיל
עס איז מיר א חידוש
ווי איך מאך מיר קידוש
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל

צום ערשטן געריכט
מיט א בלאסן געזיכט
,טראגט מיר מיין טאכטער׳ל אריין
זי לייגט עס אוועק
און זאגט מיט גרויס שרעק
טאטע’ניו די סוכה פאלט באלד איין

זיי נישט קיין נער
האב נישט קיין צער
,זאל דיר די סוכה נישט זיין באנג
עס איז שוין גאר
באלד צוויי טויזנט יאר
און די סוכה’לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג

הרחמן
הוא יקים לנו
.את סוכת דוד הנופלת