LYRIC

A NESHOMA- Camp Shalva ft. Tzaly Gold- Composed by R’ Moshe Goldman- Kinesher

א נשמה לויטער און ריין
געקומען צום בית דין של מעלה צו גיין
און געווארט פאר זיינע זכותים צו ווערן באלוינט
אבער ניין, פארשפארט די גן עדן
דער צדיק ער וועט נאך דארפן ליידן
ער האט אמאל געשלאגן א איד און נישט געשוינט

ביי די שטראף הערט ער באפעלן
ער מוז זיך אליין פון די צוויי אויסוועלן
גיהנום אדער א לעבן איבערשפילן
אוי די וועלט זי איז אזוי שווער
קיין גייסט קיין קדושה, פוסט און לער
ווער ווייסט צי ער וועט זיין תכלית ערפילן

דער מלאך נעמט אים און הייבט אָן דעם גאנג
דער וועג צום גיהנום אזוי הייס און לאנג
ער קען נישט מער ער בעט, איך וויל שוין ארויס
בעסער שוין ווידער צו לעבן
און דערביי וויל איך א בקשה געבן
כדי זכאי בלייבן הער מיך נאר אויס

אויב איך וועל קיין הענט פארמאגן
וועל איך א איד מער נישט קענען שלאגן
און בלויז ערליכע טאטע און מאמע
וועלן מיר גוט ערציען מן הסתמא
איך וועל זיך דא אומקערן ריין
האט די נשמה געבעטן מיט גרויס געוויין
האט דער בית דין באשלאסן אזוי זאל זיין

פרעגט די נשמה הער נאר דאס
פאטער אין הימל ענפער פארוואס
אוי פארוואס’ איז קיין פראגע פאר א איד’
כאטש עס איז שווער אויפ’ן געמיט
יא נשמה דו האסט א טרייסט
דערהייב פון טרויער און צער דיין גייסט
דער אב הרחמים האט דיר ליב ווי א בן יחיד
ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט
——————————————-
ביי די שבת ליכט וואך נאך וואך
מיט טרערן געבעטן נאך און נאך
האלזן א קינד ווי שטארק וויפיל זי האט באגערט
איר פּיין איר לייד ביים הארץ געשניטן
וויפיל איר נאנטע האבן מיט געליטן
געווארט די תפילות זאלן שוין ענדליך ווערן געהערט

און אויך ער יארן לאנג אין שול
מתפלל געווען, געטאן מעשים פיל
א קדיש צו לאזן נאך זיך אויף די וועלט
צוגעזאגט אויב וועט מען אים שענקען
וועט ער דעם חסד אייביג געדענקען
דאס קינד וועט בלויז צו תורה זיין אויסגעשטעלט

געווארן דערהערט זייער געשריי
אוי ווער קען פארנעמען זייער וויי
א קינד געבוירן אוי געוואלד ס’איז נישט געזונט
מ’הערט מיט טרויער עס האט קיין הענט
אוי טאטע מאמע צעבראכן פארקלעמט
איז דאס אונזער אויסגעבעטענע קינד

פרעגן טאטע מאמע הער נאר דאס
פאטער אין הימל ענטפער פארוואס
אוי פארוואס’ איז קיין פראגע פאר א איד’
כאטש עס איז שווער אויפן געמיט
אוי יא טאטע מאמע איר האט א טרייסט
דערהייב פון טרויער און צער אייער גייסט
דער אב הרחמים האט אייך ליב ווי א בן יחיד
ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט
——————————————-
ביים חדר הויף א טאג א שיינעם
שפילן זיך לוסטיג יונגעלעך קליינע
דאס גלאנץ פון לעבן אויף זייער געזיכט עס שיינט און שטראלט
פריי פון זארגן לויפן די קינדער
עס מאנט צו באטראכטן יעדן באזונדער
און דער בליק אויף אן איינזאם קינד דארט עס פאלט

ער זיצט אליין טיף איינגעבויגן
זיין צער דערקענט זיך אין זיינע אויגן
מיט גלוסטעניש זענען זיי צו זיינע פריינד געווענדט
דאס קינד קען נישט לויפן און שפילן
עס רייסט ביים הארץ פארנעמט די געפילן
דער בא’חנ’טע יונגעלע פעלן נעבעך די הענט

נסיונות קומען פאר יעדן אונטער
נישט אייביג איז נאכט נישט אייביג איז ווינטער
די זון זי וועט נאך פאר דיר אויך אויפגיין
יודעלע נעם ליב אן דיין לאגע
נעם אן ליב און פרעג נישט דיין פראגע
קומען וועט א טאג מ’וועט אלעס פארשטיין

אויב איך וועל קיין הענט פארמאגן
וועל איך א איד מער נישט קענען שלאגן
און בלויז ערליכע טאטע און מאמע
וועלן מיר גוט ערציען מן הסתמא
איך וויל זיך דא אומקערן ריין
האט די נשמה געבעטן מיט גרויס געוויין
האט דער בית דין באשלאסן אזוי זאל זיין

פרעגט דאס קינד הער נאר דאס
פאטער אין הימל ענטפער פארוואס
אוי פארוואס’ איז קיין פראגע פאר א איד’
כאטש עס איז שווער אויפן געמיט
יא ליב קינד דו האסט א טרייסט
דערהייב פון טרויער און צער דיין גייסט
דער אב הרחמים האט דיר ליב ווי א בן יחיד
ווייס און גלייב אז אזוי איז גוט