LYRIC

AH GUTEN PURIM- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Shoshanas Yaakov

שושנת יעקב צהלה ושמחה
,בראותם יחד תכלת מרדכי
שושנת יעקב צהלה ושמחה
.בראותם יחד תכלת מרדכי

א גוטן פורים ליבע אידן
היינט זענען דאך אלע גלייך
אלע זענען היינט צופרידן
.ווער ס’איז ארים ווער ס’איז רייך

היינט איז פורים מארגן איז אויס
גיט א דאללער ווארפט ארויס
נישט קיין דאללער גיט זשע צען
.לאמיר זען לאמיר זען

שושנת יעקב צהלה ושמחה
.בראותם יחד תכלת מרדכי

שטייען פול געדעקטע טישן ארום זיי פוהל מיט געסט
.און זיי האלטן אין איין מישן, און זיי טרינקן און מען עסט

די בעל הבית’טעס ברענגען שנעלער
מאכלים פון דעם קיך
און די געסט מען כאפט די טעלער
.יעדער איינער שנעל צו זיך

דער פעטעק יאקאש, האט ליב קאקאש
קיינעם לאזט נישט נעמען עס
דער קאזין איגען, כאפט די גריגן
.מיסטער העס, די האלאפצעס

די ?? מישקע, האט ליב קושקע
און דערצו נאך ווייסע ברויט
מיסטער סיגעל, עסט א פליגעל
.מיסטער פרויד, האט ליב די הויט

דער שוואגער נאטקע, האט ליב וואדקע
ער קען טרינקן אן א שיעור
מאיר שיכור, האט ליב ליקער
.מענדל בער, שווארצע ביר

און נפתלי, האט ליב קאלע
און בנציון, סעווען אחפל
קינדער קליינע, יעדער איינע
.גיט א כאפ די לאלי פלאחפל

שושנת יעקב צהלה ושמחה
.בראותם יחד תכלת מרדכי

מרדכי הצדיק אויפן פערד
המן הרשע אין דער ערד
היינט איז פורים מארגן איז אויס
.גיט א דאללער ווארפט ארויס

שושנת יעקב צהלה ושמחה
.בראותם יחד תכלת מרדכי

קומען אן די פורים שפילער
יעדער איינער קאטן זיין פאך
איינער פון זיי איז א שטילער
.און א צווייטער רעדט אסאך

צוויי אראבער קומען שרייען
און אויף אלע פיר מען גייט
און נאך זיי גייט משה דיין
.און ער פירט זיי אויף א קייט

און עס קומען אן אנטקעגן
א לייב א טיגער מיט א בער
און אינמיטן גייט די דרעגען
.דרייט די קאפ אהין אהער

איינער טראגט אריין א תליה
און אויף איהם אינטערעסאנט
אראפאט און טעדי קאלאק
.הענגן ביידע האנט ביי האנט

דזשימי קארטער, שטענדיג לאכט ער
ער טוט געבן איינעם ניס
קאטש דער מעיאר, שיכור זייער
.קיינער האלט זיך אויף די פיס

קומט א שחור, מיט א בחור
און מען עסט א פאמעראנץ
קיסינדזשער, און גאלדע מאיר
.טאנצן זיך א מצוה טאנץ

שושנת יעקב צהלה ושמחה
.בראותם יחד תכלת מרדכי

היינט איז פורים מארגן איז אויס
גיט א צענער ווארפט ארויס
נישט קיין צענער, גיט זשע מער
.גיט אהער, גיט אהער

שושנת יעקב צהלה ושמחה
.בראותם יחד תכלת מרדכי