LYRIC

A GREIS FUN DI SHTETELACH- Written by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Chevlei Moshiach 1

שווארצע וואלקנס זענען אנגעקומען
און פארשטעלט פון זוהן די שיין
און א טרויער האט ארומגענומען
אט דער קליינער שטעטל מיין

וואס געבליבן איז דער ליבער חדר
א מאדערענע שולע איז דארט
אין די שולן דאווענט מען כסדר
נאר קיין יוגנט איז ניט דא

און עס טראגט זיך איין הילכיגער געלעכטער
פון די קלוגן טאג און נאכט
און זיי די ערליכע זין און טעכטער
פון דער השכלה אריינגענארט

אלעס איז צינויפגעמישט צוזאמען
אלעס טאנצט און זינגט מיט פרייד
נישט איין טאטע נישט איין מאמע
פון וועלכע געגאנגען יונגערהייט

עס ברענט די הויז עס ברענט אויך די ישיבה
אין יעדן הויז א גרויסער בראך
מען רייסט קריעה און מען זיצט שבעה
אויף קינדער וועלכע לעבן נאך

א גריס פון די שטעטאלאך, די ווינקאלאך די שיינינקע
א גריס אייך פון דער ליבער אלטער היים
א גריס אייך פון די געסאלאך, די הייזאלאך די קליינינקע
א גריס פון יעדן גערטנדל און בוים

די ישיבאלאך פארלאזענע, די שכנדלאך פארשלאסענע
די הייזער פול מיט טומל און מיט שרעק
די הערצאלאך צוריסענע, די ליפאלאך צוביסענע
די קינדער וועלכע זענען ווייט אוועק