LYRIC

A COLLECTOR- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Shoshanas Yaakov

שוין יארן פיהל אסאך
אז איך זוך מיר א פאך
און גיי און טוה און מאך
אז איך טויג נישט צו קיין זאך

וואו איך קום צו גיין
זאגט מען צו מיר ניין
ארבעטער איז דא
קיין ארבעט איז ניט דא

אין ישיבה איך קום
פארנומען אומעטום
דער ראש ישיבה אויף זיין ארט
און דער קעכער שטייט און קאכט

איין ארבעט איז פארהאן
צו שפאנען שפאן נאך שפאן
וואס זאל איך נעבעך טאהן
און איך נעם עס אהן

שפאנט זשע שפאנט זשע ניסן ניסן
הייב די פיסלעך אהין און אהער
דער אמברעללע איז צוריסן
און די טאש איז זייער שווער

בין א קאלעקטער א קאלעקטער

איך דריי זיך אן אהין אהער
און איך ארבעט זייער שווער
וואו איך גיב זיך נאר א קער
זאגט מען אז מען גיט ניט מער

בין א קאלעקטער א קאלעקטער

א קאלעקטער קאלעקטער
מען דארף ניט זאגן מער
פון אונטן פארמאכט
פון אויבן פארשפארט

און פון פארנט א סיין
מען לאזט גארנישט אריין
מען שטייט און מען ווארט
מען קלערט און מען טראכט
דער פענסטער פארמאכט
פון יענע זייט מען לאכט

ס’איז א קאלעקטער
א קאלעקטער
א קאלעקטער קאלעקטער
נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט

איך קום אמאל צו גיין
אין געשעפט פון קליין
דער באסס ער זאגט צו מיר
איך שיק אייך דעם קאשיר

איך זעה דער קאשיר גייט
איך גיי צו איהם מיט פרייד
און גיט מיר א פרעג
ווילסט קעש אדער א טשעק

זאג איך קעש איז גוט
זאגט ער די מינוט
ער געט א הויב מיר אויף
אויפן פלייצע לייגט ארויף

און עלעוועיטאר ער לאזט אראפ
און גיט א קוועטש די קנאפ
און זאגט צו מיר רעב הערש
ס’איז פונקט אזוי ווי קעש

פארט זשע פארט זשע רעבע ניסן
אויף ארויף און אויף אראפ
און עס זאל אייך נישט פארדריסן
און עס שטייט אין אייער קאפ

בין א קאלעקטער אוי א קאלעקטער

איך קום מיר אין א סטאטר
אויפן פיפטן פלאר
דער באסס ער קומט אריין
און קוקט זיך אין מיר איין

און גיט א געשריי
שנעלער פאליציי
איך האב דערקענט דעם יוד
סי א מערדער א באנדיט

איך האב זיין בילד געזעהן
אין צייטונג איז געווען
מען זוכט שוין איהם ארום
שוין וואכן אומעטום

איך האב דערהערט די רייד
האב איך זיך אויסגעדרייט
און אפיס געמאכט
פון הונטער מיר מען לאכט

ווי נישט קיין גזלן נישט קיין מערדער
נישט קיין בילד האט מען געזעהן
און צוביסן איז ער ניסן
דער קאלעקטער דא געווען
א קאלעקטער אוי א קאלעקטער
נאר ביי א קאלעקטער קען אזאנס געשעהן

אלע אידן היינט
זענען גוטע פריינד
דער געשעפט פארמאכט
דער אפיס איז פארשפארט

יעדער אין זיין הויז
אלע קליין און גרויס
ווער עס קומט אריין
נעמט מען איהם אויף פיין

איך זאג אייך באלד דירעקט
פאר וועמען איך קאלעקט
פאר אן אנדער צוועק
נישט ווי אלע טעג

מיין מוסד איז גאר גרויס
פיהל געלט דארף מען דורכאויס
מיין מוסד רופט מען אהן
בית רחל יעדער קאן

בית רחל איז א שם
און יעדער ווייס פון דעם
וואו קום איך צו זיי
הער אויס און פארשטיי

יעדער איינער ווייסט
מיין ווייבל רחל הייסט
פאר איר גיי איך אצינד
און פאר איר הויז געזינד

אוי עלעוו מיידלעך
דארפן קליידלעך
זיבן אינגליך
הויזען שיך

און א מאנטל פאר די מאמען
און א בעקישע פאר מיר
און מיין נתן, איז חתן
און מיין גאלדע שטייט שוין גרייט
נאך א גלעזל אנגעגאסן
נאר מיט נחת און מיט פרייד

בין א קאלעקטער אוי א קאלעקטער
לחיים לחיים טרינק געזונטערהייט