LYRIC

YOSEF MOKIR SHABBOS- Shmueli Ungar- Composed by Yonah Lipschitz- Madreigos

געווען אמאל א יודעלע
,וואָס געהייסען האט ער אזוי
,יוסף, אין געוואוינט נעבן אים
,האט זייער א רייכע גוי
אינעם גאנצען שטעטל האט מען אים
.געקענט אלץ יוסף מוקיר שבת

– מיט מסירות נפש אן א שיעור
,א יעדע איינציג וואך איז ער
ארויס אין מארק – כאטש – קיין געלט
,האט ער, אבער – דאך – מוז ער
איינקויפן די שענסטע און די בעסטע
.פאר אים אן עונג שבת

יעצט דער גוי דער שכן הערט פון זיינע
,שטערן-זעהער יעדן טאג אז
– דיין גאנץ עשירות געלט און כבוד
,וועט פאר יעדע פרייז
אנקומען צום אידעלע דער זיס
.באחנט׳ער יוסף מוקיר שבת

אָאָהה, מאכט ער צו זיך א פלאן און טוט
,אויף דעם שנעל איינגיין
פארקויפט זיין גאנץ פארמעגן און מיט
,דעם געקויפט א טייער שטיין
– אין זיין הוטל נייעט עס צו – אבי
.נישט פאר יוסף מוקיר שבת

,און א יעדע וואך
,ביי זיך אין קאך
,יוסף פרעגט: איז דא אפשר דאך
?וואס נאך קען מען איינקויפן פאר שבת

,אן ארימאן
,קיין געלט פארהאן
,די שענסטע בעסטע דארף אבער זיין
.געבט ער אוועק אלעס פון זיך פאר שבת

,איין פרייטאג דער גוי ער גייט
,אויפן שמאָלן בריק ער שטייט
,עס בלאזט א ווינט א שווערן
,די שטורעם עס לאזט נישט אָפּ
.זיין הוטל פליהט אראפ

,דאס שטיין טוט זיך איבערקערן
,אינעם גרויסן ים אריינגעפאלן
,פארשווימען מיט די רוישיגע וואַלן
ס׳קומט א פיש און די דיימאנט שטיין
.שלינגט ער איין

,מיט קולות שרייט דער גוי
,!מיין גאנץ פארמעגן – אוי
,געבליבן אן גארנישט
,א פיש כאפער ביים אנדער עק
,זיצט זיך באקוועם ביים ברעג
און געכאפט האט ער
.אט די פיש

צום מארק ער שלעפט זיך
,מיט די נעצן
ביי זיין טישל טוט זיך
,אוועקזעצן
ביז דערווייל ווערט נאר נענטער
.און שפעטער צום זמן

…לכבוד שבת קודש

אין מארק עס לויפט ארום א
יוד – וואס ווארט נאך האפט נאך
,און נישט רוהט
ער זיכט די בעסטע פעטסטע
פיש אין מארק וואס פאר אים
.וועט זיין גוט

איך פרעג אייך ווער – אויב נישט
ער – דאס קען נאר זיין יוסף
.מוקיר שבת

פונדערווייטנס זעט ער אט דער
הויכער – פיש כאפער – אונזער
,סוחר
ער געט א וואונק – זאג נאר זאג
?- דו ביסט דער מוכר
,(…ניין ניין ער)
מיט זיין פישל גייט זיך – און
פארשטייט זיך – אז מ’גרייט זיך
.צו צום גרויסן שבת –

,יום השישי
,עדות זאגט די גאנצע בריאה
יוסף׳ס פנים לייכט נאכאמאל
,געהאט די זכי׳
– מכבד זיין – מהדר זיין
.אוועקגעגעבן אלעס פאר׳ן שבת

– שליו ודגים אריינבראַכט ער
,מכל טוב ביים שבת טיש׳קע
א שמחה דעם פיש אויפמאכט
ער – פלוצלינג זעט מען
.עפעס בלישקע׳ט

אויגן אפן – כ׳האב געטראפן
,!א בריליאנט –
.אלס אין זכות פון שבת

,און א יעדע וואך
,ביי זיך אין קאך
:נאך אלס ער פרעגט
,אפשר דאך
וואס נאך קען מען
?איינקויפן פאר שבת

,שוין א רייכער מאן
,פול געלט פארהאן
די שענסטע בעסטע
,מוז אבער אייביג זיין
געבט ער אוועק פון זיך
.אלעס פאר שבת

מיין ברודער טראכט
,אריין דערין
און ווען דו זאלסט
,נאר וויסן פון
,די גרויסע שפע וואס מ’האט
מיט שבת ווען דו
,געבסט זיך אפ
,ברכות דו ברענגסט אראפ
.מתנות פון אונזער גרויסן ג-ט

די וואכן טעג טוט
,דאך אנשטרענגען
ווי שיין אבער קענען
,מיר פארברענגען
די משפחה די קינדערלעך
.ביי דיין שבת טיש ארום

,לעכטיג מאך דיין געצעלט
שפאר נישט צייט קיין
,כח געלט
.יותר מכפי יכלתו

,פאר שבת א תענוג
,ווייל כל המענג
.את השבת נותנים לו

,געב זיך מיט איר אפ כראוי
,די זיסקייט, די שיינקייט
,די הנאה
מ׳קען דאס נישט באצאלן
.אפילו פארן גרעסטען סכום

…לכבוד שבת קודש

,מיין נאמען איז נישט יוסף
אבער איך בין א מוקיר שבת