LYRIC

UNSURE OF SONG NAME 8- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L

אין מדינת ישראל, נייע ווינטן בלאזן
סאלדאטן טאנקען וואו מען שטייט אין גייט
א יעדער איד מוז זיך אויף דעם פארלאזן
מען דארף זיך פרייען מיט דעם שיינעם פרייד

באטשי זאגט, אדאנק אט די קאנאנען
וועט קיין שואה “נעווער” ניט זיין מער
עס איז כדאי געווען די זעקס מיליאנען
פאר א היטל פון א אפיצער

איך בין געווען אמאל אין סאטמער שיטה
יעט האב איך זיי אלע טיף אין דער ערד
פאר די סאטמערער גיב איך נישט קיין פרוטה
נאר די ציונים זיינען עפעס ווערד

מיליאנען פיינט שטייען גרייט אין די הויפן
מיר קאנען קעמפפן געגן מיט געווער
גיין פאר איהר אין פייער ווי די צפרדעים אין אויוון
כאטש זי איז פאר מצרים ארגער פיהל מאל מער

מיר מוזן די מדינה פון די פעלקער מאנען
זי זאל זיין די שענסטע אין דער וועלט
זאל זיי זעהן וואס מיר אידן קאנען
פאר די דריי עבירות זיך נישט אפגעשטעלט

שטעכעדיגע דערנער וואקסן דארט כסדר
און פון גארטן מאכן זיי א תל
גאנץ מאה שערים מיט דעם שול און חדר
דארף מען זעהן פארניכטן גאר גיך און שנעל

ציון, ציון, דו וועסט זיין צופרידן
מען וועט פון דיר באלד אראפנעמען די שאנד
און אלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די אידן
און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד

ציון, ציון, דו וועסט זיין צופרידן
באמבארדירן מיר וועלן טעהעראן
מיט “גאוה” אין די גאסן וועלן מיר מארשירן
און אלע באטשי’ס וועלן גיין מיט אונז אין שפאן

ציון, ציון, טו אונז דערציילן ביטע
אין דיר שטייט דאך דער כותל דער הייליגער וואנד
פארוואס טוסטו אויסטהאלטן די נייע סאטמערער שיטה
זיי ווילן דאך בן גוריון נישט רייכן די האנד

די יונגע צה”ל איז פיהל שטארקער פאר די רוימער
מיר זענען היינט דאס שטארקסטע מיליטער
אינגען און מוידן וואס קאנען רייסן בוימער
ווי בר כוכבא אין די צייטן פון ביתר

בר כוכבא האט געזאגט, ניט העלף און ניט שטער
איך בעט דיר בורא, שטיי מיט די הענט פארלייגט
די צה”ל האט דעם בורא, גארניט אינזינען
כאטש צור ישראל, אין די מגילה אריינגעלייגט

וואס צו בר כוכבא וועט אונז ניט פאסירן
מיר זיינען קעמפפער ווי אלעמען באקאנט
די פאנאטיקער וועלן אונז ביי די נאז ניט פירן
זיי וועלן זיך ברעכן בהדרגה נאכאנאנד

מרנן ורבנן, און אדמורים קוויטל ליינער
שרייען חוב קדוש אין כנסת אריין
וועלן מוז יעדער, עס טאר ניט פעלן קיינער
די קנאים וועלן דאך, אבער שטענדיג זיין

מיר ווילן א מדינה, פון איהר קאסע שנארן
אין מיליטער חלילה, ניט אריין און ניט ארויס
ביי מלחמות וועלן מיר קיין אמעריקע אפפאהרן
פאר די פרעסע זאגן, בויען קרית צאנז דורכאויס

מיר ווילן א מדינה מיט ירושלים
מיליטער, עוברי עבירה ניט מיין
איהר בני תורה גייט טרינקען לחיים
א ירא ורך הלבב מוז פון פראנט צוריקגיין

באטשי, באטשי, דו וועסט זיין צופרידן
מען וועט פון דיר באלד אראפנעמען די שאנד
און אלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די אידן
און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד