LYRIC

UNSURE OF SONG NAME 4- R’ Yom Tov Ehrlich Z”’L

איך האב אמאל געהאט א פרוי
אן ערליכע גיווען אזוי
אירע יארן טאג און נאכט
פון זיך נישט געטראכט

שטענדיק נאר געטראכט זי האט
פון די קראנקע וואס אין שטאט
און פאר די ארימעלייט
געשיינקט איר גאנצער צייט

געטראגן זיי עסן
קיינמאל ניט פערגעסן
געזען עס זאל נישט פעלן זיי קיין זאך
מען פלעגט דערזען איר גייען
פלעגן זיי זיך פרייען
און ברכות פלעגט זי אנקלייבן א סאך

איינמאל איז דער טאג געקומען
און מען האט איר צוגענומען
אוועק איז איר נשמה אין דער הויך
און איך בין געבליבן איינער
טרייסטן ניט געקומען קיינער
און איך האב געוואלט גיין מיט איר אויך

איך האב ניט געקאנט פערגעסן
נישט געשלאפן ניט געגעסן
אויסגעדארט געווארן הויט און ביין
און אין ערגעץ ניט געגאנגען
און צוביסלאך אויסגעגאנגען
איך האב נישט געוואלט מער זיין אליין

און ביינאכט האט עס געטראפן
האלב געדרימלט האלב געשלאפן
און אפשר איז געווען עס אויפן וואהר
איז מיין פרוי צו מיר געקומען
און האט ריידן שטיל גענומען
און איך זע און הער איר אזוי קלאר

הערשל, זאגט זי דארפסט ניט קלאגן
הער אויס וואס איך וועל דיר זאגן
עס איז דארטן בעסער פיל ווי דא
נאר מען דארף איין זאך געדענקען
מען דארף מיט זיך עפעס ברענגען
וואס געפינט זיך אויף דער וועלט נאר דא

ווען דו ביסט פון פעלד אוועק
איז בעפאלן מיר א שרעק
קומט א מלאך און זאגט מיר
מען רופט צום בית דין דיר

און מיין הארץ איז פול מיט קלעם
ווייל איך האב געהערט פון דעם
אז מען פייניגט דארט אסאך
פער יעדן קליינעם זאך

איך בין אריין געקומען
זיך אומקוקן גענומען
עס קומען פענימער בעקאנט צו מיר
די ארימע פון שטעטל
די קראנקע מיטן בעטל
וואס איך פלעג זיי העלפן אן א שיעור

און מען האט גענומען ריידן
פירט איר תיכף אין גן עדן
און דער שענסטער ארט בעלאנגט צו איר
זי האט קיינמאל נישט פערגעסן
ברענגען טרינקען ברענגען עסן
און געזארגט זיך פאר אונז אן א שיעור

עס האט געדונערט ס’האט גערעגנט
האט מען שטענדיג איר בעגעגנט
מיט א פעקל גיין פון הויז צו הויז
פרייען זיך אלע דיינים
אלע שמייכלען מיר אין פנים
און מיין כבוד איז געוועזן גרויס

מלאכים פיל זיינען געקומען
מען האט פירן מיר גענומען
אין גן עדן פירט מען מיר אריין
איך קאן דיר גארנישט איבערגעבן
ווי געשמאק דא איז דער לעבן
און איך וויל אויך דיר זאל אזוי זיין

מארגן זאלסטו גיין און קריגן
ברענג אין הויז עטליכע ציגן
או אליין די מילך מעלק פון זיי אויס
און געפין ביי מיר אין צעטל
אלע קראנקע פון דעם שטעטל
פרישע מילך זאלסט ברענגען זיי אין הויז

און אזוי האב איך געטאן
און די מעשה גייט שוין אן
פון דער פטירה פון מיין פרוי
יארן ליינג אזוי

שטענדיק בין איך אויפן וועג
און איך טראג די שווערע פעק
און די מילך איך טייל מיר אויס
וואו מען דארף דורכאויס

יודן טוען לאכן
איך טו זיך גארנישט מאכן
מען גריסט זיך און איך ענטפער זיי צוריק
עס פרייען זיך די יודן
בין איך אויך צופרידן
און מיר ארט נישט אז מען רופט מיר ציג

נעכטן הערשל זאגט מיט ציטער
איז מיין פרוי געקומען ווידער
און געזאגט מיר הערשל הער מיר אויס
מארגן קומט די ווער אנטקעגן
ציגן מילך ער וועט דיר פרעגן
זאלסט עם פירן תיכף אין דיין הויז

גיב עם מילך עס זאל עם היילן
און דעם סוד זאלסט עם דערציילן
און ער וועט דיר ברענגען זייער הויך
דו וועסט האבן פערגעניגן
צו די ל”ו צדיקים
וועט ער דיר ארייננעמען דאן אויך

דער בעל שם טוב פרעגט פון אויבן
דער באשעפער טוט ערלויבן
הערשל ווערט אויך פון די ל”ו
טאג און נאכט קומט צו עם איינער
און עס ווייסט נישט פון דעם קיינער
און ער לערנט מיט עם אן א סוף

הערשל האט א ברען בעקומען
און האט לערנען פיל גענומען
נגלה נסתר אלץ איז פאר עם קלאר
די ארבעט אבער מילך צו טראגן
האט ער ניט געוואלט אפזאגן
און געטראגן אלע זיינע יאר