LYRIC

S’BRENT- Yiddish Classic- Written by Mordechai Gebirtig in 1938

!ס’ברענט! ברידערלעך, ס’ברענט
!אוי, אונדזער אָרעם שטעטל נעבעך ברענט
בייזע ווינטן מיט ירגזון
ריַיסן, ברעכן און צעבלאָזן
,שטאַרקער נאָך די ווילדע פֿלאַמען
!אַלץ אַרום שוין ברענט

CHORUS:
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך
,מיט פֿאַרלייגטע הענט
– און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך
…אונדזער שטעטל ברענט

!ס’ברענט! ברידערלעך, ס’ברענט
!אוי, אונדזער אָרעם שטעטל
ס’האָבן שוין די פֿיַיערצונגען
– דאָס גאַנצע שטעטל איַינגעשלונגען
,און די בייזע ווינטן הוזשען
!ס’גאַנצע שטעטל ברענט

CHORUS:
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך
,מיט פֿאַרלייגטע הענט
– און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך
…אונדזער שטעטל ברענט

!ס’ברענט! ברידערלעך, ס’ברענט
אוי, עס קען חלילה קומען דער מאָמענט
אונדזער שטאָט מיט אונדז צוזאַמען
,זאָל אויף אַש אַוועק אין פֿלאַמען
– בליַיבן זאָל – ווי נאָך אַ שלאַכט
נאָר פּוסטע, שוואַרצע ווענט

CHORUS:
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך
,מיט פֿאַרלייגטע הענט
– און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך
…אונדזער שטעטל ברענט

!ס’ברענט! ברידערלעך, ס’ברענט
.די הילף איז נאָר אין איַיך אליין געווענדט
,אויב דאָס שטעטל איז איַיך טיַיער
,נעמט די כּלים – לעשט דאָס פֿיַיער
,לעשט מיט איַיער אייגן בלוט
!באַוויַיזט, אַז איר דאָס קענט

CHORUS:
שטייט ניט, ברידער, אָט אַזוי זיך
,מיט פֿאַרלייגטע הענט
– שטייט ניט, ברידער, לעשט דאָס פֿיַיער
!אונדזער שטעטל ברענט

Transliteration:

S’brent! briderlech, s’brent!
oy, unzer orem shtetl nebech brent!
beize vinten mit yirgozen
raysin, brech’n un tzeblozen,
shtarker noch di vilde flamen,
altz arum shoin brent!

Un ir shteit un kukt azoy zich
mit farleigte hent.
un ir shteit un kukt azoi zich-
unzer shtetl brent!

S’brent briderlech, s’brent!
oy, unzer orem shtetl nebech brent!
s’huben shoin di fayertzungen
s’gantze shtetl aingeshlungen-
un di beize vinten hud’shen-
unzer shtetl brent!

S’brent! briderlech, s’brent!
es ken cholileh kumen der moment
unzer shtot mit unz tzuzamen
zol oif ash avek in flamen,
blaiben zol – vi noch a shlacht,
nor puste, shvartze vent!

S’brent! briderlech, s’brent!
di hilf iz nor in aych alein gevendt!
oib dos shtetl iz aych tayer,
nemt di keilim, lesht dos fayer,
lesht mit ayer eigen blut,
bavayzt, az ir dos kent.

Shteyt nit, brider, ot azoy zich
mit farleygte hent.
shteit nit, brider, lesht dos fayer-
unzer shtetl brent!

Artists : Traditional
Album : No Information
Genres :Yiddish