LYRIC

MAMA- Shloime Taussig ft. Motty Ilowitz- Composed by Motty Ilowitz- Mikan V’eilech

VERSE 1:
איך עפן מיין זכרון
אריבער זענען יארן
,אין וועמענ’ס זכות בין איך ווער איך בין
ווער טוט מיין הארץ פארשטיין
קען מיך בעסער פון מיך אליין
אין האט מיך אלץ אינזין

שטערקער ווי אייזן
ווייעך ווי א בלעטל
,שטרענג און גוט אינאיינעם זיין קען זי
כוחות וואס ווערט קיינמאל נישט אפגעשוואכט
וואך טאג און נאכט
אין נעמט קיינמאל קיין רוה

CHORUS 1:
אפילו מען טוט וויי, א מאמע
,בלייבט זי דאך געטריי, א מאמע
מיט שווערעקייט, זי פארשטייט
ווי מען גייט, איר הארץ באגלייט
א מאמע שייד זיך קיינמאל פון איר קינד

ווי אטעם צום לעבן איז א מאמע
,נאר איינס אונז געגעבן א מאמע
ווייל ווי איר אליין, איז נאר דא איין
אפילו א שטיין, קען צוגיין
פון איר טרערעלעך וואס רינט

טייערער פון אלע געלט איז א מאמע
,די שווערסטע חסרון ווען עס פעלט איז א מאמע
די שענסטע זאך אויף דער וועלט איז א מאמע
אוי מאמע, מאמע מאמע

טייערער פון אלע געלט איז א מאמע
,די שווערסטע חסרון ווען עס פעלט איז א מאמע
די שענסטע זאך אויף דער וועלט איז א מאמע
אוי מאמע, מאמע מאמעניו

VERSE 2:
שטערקער ווי אייזן
ווייעך ווי א בלעטל
,שטרענג און גוט אינאיינעם זיין קען זי
כוחות וואס ווערט קיינמאל אפגעשוואכט
וואך טאג און נאכט
אין נעמט קיינמאל קיין רוה

CHORUS 2:
אפילו מען טוט וויי, א מאמע
,בלייבט זי דאך געטריי, א מאמע
מיט שווערעקייט, זי פארשטייט
ווי מען גייט, איר הארץ באגלייט
א מאמע שייד זיך קיינמאל פון איר קינד

ווי אטעמען צום לעבן איז א מאמע
,נאר איינס אונז געגעבן א מאמע
ווייל ווי איר אליין, איז נאר דא איין
אפילו א שטיין, קען צוגיין
פון איר טרערעלעך וואס רינט

טייערער פון אלע געלט איז א מאמע
,די שווערסטע חסרון ווען עס פעלט איז א מאמע
די שענסטע זאך אויף דער וועלט איז א מאמע
מאמע, אוי מאמעניו

טייערער פון אלע געלט איז א מאמע
,די שווערסטע חסרון ווען עס פעלט איז א מאמע
די שענסטע זאך אויף דער וועלט איז א מאמע
אוי מאמע, מאמע אוי מאמע

טייערער פון אלע געלט איז א מאמע
,די שווערסטע חסרון ווען עס פעלט איז א מאמע
די שענסטע זאך אויף דער וועלט איז א מאמע
מאמע, מאמע, מאמעניו

מאמע