LYRIC

LEV SHEL IMMA (Yiddish)- Avraham Fried- Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Yiddish Gems, Vol 1

ערב יום כיפור פארנאכט
דער עולם עס ווארט
באם טיר פון דער בארדיטשאווער רבי’ן
יעדער עס שטייט
און געלט האלט ער גרייט
א פדיון נפש צו געבן

דער רבי האט קלאר
געזאגט אז דעם יאר
דורכלאזן וועט ער נישט קיינעם
ער לאזט נישט אראפ
א רובל א קאפ
מוז ער נעמען היינט בא יעדן איינעם
א זקן גאר אלט אפילו א קינד
א רובל מוז יעדערער געבן
דער רבי וועט באלד אפווישן די זינד
פארשרייבן אין ספר פון לעבן

א פחד, א שרעק! די היינטיקע טעג
די גרויסע הוצאות אצינדער
ווי אזוי קאן אזא זאך צו טאן
א משפחה פון צען, צוועלף קינדער
נאר יעדערער ווייסט
אז דער רבי הייסט
קיינער וועט אים נישט אפזאגן
מען קרעכצט און מען זארגט
מען לייט און מען בארגט
מען ברענגט צו דעם רבי’ן צו טראגן

באם טיש אויף זיין ארט
דער רבי זיצט דארט
און נעמט אויף דעם עולם צופרידן
א שיסל געשעלט
איז פול שוין מיט געלט
א רשימה ליגט פון אלע אידן

עס עפענט זיך די טיר
א פרוי שטייט אין איר
ארעם אזוי אפגעריסן
געקומען אצינד
מיט איר פיצעלע קינד
:און וויל אז דער רבי זאל וויסן
אן אלמנה אליין
דאס קינד איז נאך קליין
שטענדיק מוז זיין מיט דער מאמען
דער לעבן איז שווער
זי האט דאך נישט מער
ווי א רבל פון ביידן צוזאמען

!א פחד, א שרעק
די פרוי פעלט אוועק
:דער רבי וויל פון גארנישט וויסן
נאך א רובל מען דארף
גיי! זאגט ער שארף
ווייל די טיר וועל איך באלד דא פארשלאסן

זי לויפט און זי שרייט
גיט אדער לייט
דער עולם העלפט איר אויס גערן
פון גראשענס נישט מער
איז דאך אבער שווער
א רובל עס זאל פון דעם ווערן

די גאסן שוין פול
מען גייט שוין אין שול
אלעס האט זי אפגעלאזן
זי לויפט מיט איר קינד
צום רבי’ן געשווינד
די טיר זאל נאך נישט זיין פארשלאסן

עס איז שוין באלד נאכט
דער רבי ער ווארט
פונקט ווי אינגאנצן פארגעסן
!דער רבעצן שרייט געוואלד
דאס עסן ווערט קאלט
מען וועט באלד נישט טארן שוין עסן

עס עפענט זיך די טיר
עס בלייבט שטיין אין איר
:די פרוי מיט צעשרעקענע בליקן
רבי, גלויבט מיר
כ’האב געזוכט אן א שיעור
קיין רובל האב איך נישט געקריגן

דער רבי זאגט ניין
אזוי קאן נישט גיין
נאר דיר אליין וועל איך פארשרייבן
דיין קליינטשיקן קינד
האט נישט קיין זינד
נישט קשה
עס מעג אבער בלייבן

א פחד א שרעק
די פרוי פאלט אוועק
נישט זיין מיט איר ברעקל צוזאמען
זי שרייט רבי, ניין
מיט א גרויסן געוויין
איר פילט נישט די הארץ פון א מאמען

איר ווייסט רבי, הערט
וואס איך האב באקלערט
דער רובל וועל איך אייך דא געבן
און נעמט גלייך געשווינד
שרייבט אריין מיין קינד
פאר מיר איז שוין אלץ איינס מיין לעבן

דער רבי שפרינג אויף
די קאפ אויף ארויף
פאר די רייד געטאן האט ער ווארטן
באשעפער נאר הער
מען דארף שוין נישט מער
עס איז שוין נישטא וואס צו טראכטן
האט געזען אצינד
ווי א מאמע פאר איר קינד
האט איר לעבן געגעבן אצינדער
דיין פאלק איז דיין קינד
בעט איך דיר אצינד
האב א רחמנות ווי אלמנה אויף אירע קינדע