LYRIC
LECHA DODI- Yisroel Werdyger- Composed By Baruch Levine, Lyrics By Motty Ilowitz- Bayis Neeman
מיט פלאג און יגיעה, ביטער שווער
טרדות און דאגות, נאך און נאך
פרנסה צו ברענגען אוי טאטע באשער
א טאג נאך א טאג, אזא שווערע וואך
צום גשמיות לעבן, מ’לאזט זיך אראפ
,קוים וואס מען קען זיך דעם אטעם כאפן
עס קומט אבער שבת, אלעס שטעלט זיך אפ
די קדושה מ’קען אין די לופטן טאפען
CHORUS:
,לכה דודי לקראת כלה, פני שבת נקבלה
לכה דודי לקראת כלה, פני שבת נקבלה
א גאנצע וואך ווי ביטערע קנעכט
,שבת קודש א מלך עליון
די וויין אופין טיש, די שבת לעכט
נפשי חולת, פאר ליבשאפט אויסגיין
א נשמה יתירה, א נייע חוש
,עס רוהט דאך די שכינה, ווי איז בעסער פון דעם
די גאנצע משפחה, ביים שבת טיש
דער טאטע ער זינגט און די קינדערליך מיט אים
CHORUS:
,לכה דודי לקראת כלה, פני שבת נקבלה
לכה דודי לקראת כלה, פני שבת נקבלה
שווע רזיך צו שיידן, מען גיבט די לעצטע בליק
,ליכטיגע שבת, דיין הימלישען שיין
מיט געגועים איך ווארט ווען קומסטו צוריק
דיין פנים נאכאמאל מקבל זיין
CHORUS:
,לכה דודי לקראת כלה, פני שבת נקבלה
לכה דודי לקראת כלה, פני שבת נקבלה
,די פלאגעניש ביז גאר
,שוין צוויי טויזט יאר
,ס’איז זיכער און קלאר
שוין די העכסטע צייט
,די צרות פארטרייב עס
,טו דיינע אויפגאבעס
,דעם יון שכולו שבת
אנטקעגען שוין מען גייט
CHORUS:
,לכה דודי לקראת כלה, פני שבת נקבלה
לכה דודי לקראת כלה, פני שבת נקבלה