LYRIC

KOREV YOM- Sung & Composed By R’ Michel Twerski- Korev Yom/Lehodos
(Also Recorded By Sruli Twerski-Vekabtzeinu Yachad)

קרב יום
אשר הוא לא יום
.אשר הוא לא יום ולא לילה

-א-
שוין צוויי טויזענט יאר געווארט
א ביטער’ין גלות מיט געמאכט
אוי ווי לאנג קענין מיר דאס אויסהאלטין
ווי לאנג מיז געדויר’ן די נאכט
אוי, דערנענטער דעם טאג פין משיח’ין
ברענג עס נאענט ווי גיך אין געשווינד
דאס איז פסח נאכט אינזער תפלה
.אין דאס בייטין מיר אנצינד

קרב יום
אשר הוא לא יום
.אשר הוא לא יום ולא לילה

-ב-
די פעלקער זיי זאגין פארפאלין
זיי מאכין אינז צי שאנד אין צי שפָּאט
פארקויפט זענט איהר חלילה אויף אייביק
אט דער נאכט קען נישט ענדיקין אויך אייער ג-ט
אוי באשעפער, די וועסט זיי דאך אבער באווייזין
אז די הערשט איבער אללעס גרויס אין קליין
וועסט זיי צייגין בני בכורי ישראל
.כי לך היום אף הלילה גם כן

רם הודע
כי לך היום
.אף לך הלילה

-ג-
שוין צוויי מאל דאס שטעטיל געפאלין
שוין צוויי מאל א חורבן געזיין
אוי ווי עס בענקט זיך צוריק קיין ירושלים
אוי ווי עס בענקט זיך צוריק אין דער היים
אוי ג-טעניו שטעל אן דער שומרים זאלין היטין
בכל רגע ובכל שעה ובכל עת
אין אינ’ם שטעטיל קער אינז אים אויף אייביק
.דיין בית שלישי, בית של אש

שומרים הפקד
הפקד לעירך
.כל היום וכל הלילה

-ד-
בראשית ברא, צים אנפאנג האסטי באשאפין
א ליכט גאר אן איוסנאם אין פיין
נישט געוואלט אז די רשעים זאלין עס ניצין
פין ערליכע אידין אויך ציגענימען דאס שיין
אוי קיק זיך צו צו דעם טיף פינסטער גלות נאכט
אין מיט יענעם ליכט דעם אידין דערקוויק
אין פארטרייב אויף אייביק דאס פינסטערניש
.אוי באשעפער, דאס ליכט קער אינז צוריק

תאיר תאיר
תאיר כאור יום
.חשכת לילה

קרב יום
אשר היא לא יום
,אשר היא לא יום ולא לילה
רם הודע
כי לך היום
,אף לך הלילה
שומרים הפקד
הפקד לעירך
,כל היום וכל הלילה
תאיר תאיר
תאיר כאור יום
.חשכת לילה