LYRIC

FURT AHEIM A TATTE- Michoel Schnitzler- Yom Simchaseinu

פארט אהיים א טאטע מיט זיין קינד
אויפן וואסער אין א שיף
אבער צוליב דעם גרויסן שטורעם ווינט
זענען זיי פארווארפען אין וואסער טיף
ווייט ווייט אוועק פון זייער הויז
וויינט דאס קינד אינעם קליינעם שיפל
טאטע איך בין הינגעריג כהאלט דאס מער נישט אויס
וויפיל זאל איך ליידן וויפיל

CHORUS:
אוי טאטע אוי טאטע המרחם רחם
ווי ווייט איז נאך פין אונזער היים
ענטפער מיר טאטע אויב פרעגן איך מעג
ווילאנג נאך וועט נעמן דער וועג

מיין קינד די זעסט דאך די שרעקליכע וואלן
דארפן מיר ווארטען עס זאל ארויס די זין שטראלן
דעמאלטס וועט דער שיפן בלאזן זיינע סיגנאלן
אז מקען זיך שוין אהיים איילן

אבער טאטע ווען וועט דער שיף שוין געבן דעם בלאז
מיין קינד איך אליין פרעג אויך דאס
פרעג דעם משנה עיתים ומחליף את הזמנים
בעט עס אים אין דערמאן אים

CHORUS:
אבינו אב הרחמן המרחם רחם
ווי ווייט איז נאך פין אינזער היים
ענטפער מיר טאטע אויב פרעגן איך מעג
ווי לאנג נאך וועט נעמן דער וועג

דער אויבערשטער איז ציגעגליכן שטייט אין מדרש קלאר
צי א קעניג וואס פירט זיינע קינדער אויפן ים
אויף דעם שיף קיין ירושלים שוין באלד צוויי טויזענט יאר
פארט די שכינה אהיים מיט אינז ציזאם
טאטע מיר טוען אהיים בענקן
אויף דעם ספינה המטורפת ווילאנג וועלן מיר נאך זיין דערין
אזויפיל פעלקער באבן פראבירט דעם שיף דערטרענקן
אין מיר טוען נאך אלץ וואנדערען

CHORUS:
אבינו אב הרחמן המרחם רחם
ווי ווייט איז נאך פון אינזער היים
ענטפער מיר טאטע אויב פרעגן איך מעג
ווי לאנג נאך וועט נעמן דער וועג

מיין קינד איך האב אויך ליידער מער דערפון
אבער עס וועט נאך אמאל אויפשיינען די זין
ווען משיח וועט שוין בלאזן מיטן שופר דעם שיינעם
וועלן מיר ביידע אהיים ג’יין אינאיינעם
אוי אוי ווען וועט דאס זיין טאטע אונזער קעמפער
די דארפסט דאך ביי קיינעם נישט פרעגן דעם ענטפער
ווען וועסטו שוין געבן רשות משמי מעל
אז משיח זאל שוין בלאזן דעם סיגנאל

CHORUS:
אבינו אב הרחמן המרחם רחם
ווי ווייט איז נאך פין אינזער היים
ענטפער מיר טאטע אויב פרעגן איך מעג
ווי לאנג נאך וועט נעמן דער וועג

מיין קינד עס איז שוין זייער נאנט דערצו
קרב יום אשר הוא
אט אט קים איך לקבץ עם מפוזרי
קוממיות לארצינו