LYRIC
EIN OD MILVADO- Dudi Knopfler Yiddish Ver- Composed by Tomer Adaddi, Yiddish Lyrics by Shlomo Nechemia Rosenberg- Single 2016
(Orig. recorded by Shlomi Shabbat in Hebrew-Echad Laneshama)
געזעהן האב איך די שטערן וואס באלייכטן אונזער וועלט
און מיט די צייט פארשוואונדען ווערט
געקלעטערט האב איך אויף די הויעכע בערג מיין פוס געשטעלט
און אויך פון קלוגע האב איך געהערט
מיט אן אמת טיף ארייבליקט אדורך יעדע זאך
און געקומען צו אן אויספיר, ניין, צו עם איז קיינער גלייך
זינג איך יעצט צו מיר א לידל, א לידעלע פון הארץ
אין עוד מלבדו
,מלא כל הארץ כבודו
הקב”ה הוא מלך
ואני עבדו
אין די מלחמות קעגן יצר
ווי א מדבר דורשט צו וואסער-א מענטש אינטערברעכט
שרייט א אידל מן המיצר
אויגן ווערט פון טרערן נאסער-און די גולת נעכט
ווען איך זעה די וועלט עס רעש’ט און רודער’ט מער ווי אלעמאל
און וועמען צילט מען דען מיט דעם, ווידער כלל ישראל
זינג איך זיך צי מיר דאס לידל , דאס ליד פון הארץ
אין עוד מלבדו
,מלא כל הארץ כבודו
הקב”ה הוא מלך
ואני עבדו