LYRIC

ANI MAAMIN- Shulem Lemmer- Composed by Pinky Weber- Shulem

VERSE 1:
מיין ליבע פריינט הער מיינע גראמען
,אונזער ליבשאפט איז דאך אויסנאמען
מיר זענען אייביג איינס, די ביסט דאך נישט אליינס
.מיר גייען אלעמאל צוזאמען
אין בארג אין טאָל אין וואסער אין ים׳ן
,רויך פייער און אין פלאמען
מיט יעדען טרער און וואונד, ווערן מיר מער נאנט
!איך בין דאך דער אני מאמין

CHORUS 1:
!מיין ליבער איד! מיין ליבער איד
,אין יעדען דור גיי איך מיט דיר אלעמאל מיט
!מיין ליבער איד! מיין ליבער איד
,נאר מיט מיר וועט דיר זיין אלעמאל גוט
!מיין ליבער איד! מיין ליבער איד
,מיט מיר וועסטו קעגן גיין דעם בן דוד
,מיין ליבער איד, מיין ליבער איד
.דערמאן מיך נאך אמאל אין דעם ליד

אני אני מאמין באמונה
,באמונה שלימה
בביאת המשיח המשיח
אני מאמין
אני מאמין
(x2)

VERSE 2:
איך בין שוין איבעראל געווען
,איך האב שוין אזויפיל געזעהן
א טרער פון טרויער און פרייד
.ווייל איך האב אויך באגלייט, דיינע אבות איבעראל
געשטארקט א צובראכענע גייסט
,פון צער און פיין אויסגעלייזט
און ליידן אין און פריידן, וועלן מיר נישט שיידן
!לאז מיך נישט אפ קיינמאל

CHORUS 2:
!מיין ליבער איד! מיין ליבער איד
,אין יעדען דור גיי איך מיט דיר אלעמאל מיט
!מיין ליבער איד! מיין ליבער איד
,נאר מיט מיר וועט דיר זיין אלעמאל גוט
!מיין ליבער איד! מיין ליבער איד
,מיט מיר וועסטו קעגן גיין דעם בן דוד
, מיין ליבער איד, מיין ליבער איד
.דערמאן מיך נאך אמאל אין דעם ליד

אני אני מאמין באמונה
,באמונה שלימה
בביאת המשיח המשיח
אני מאמין
אני מאמין
(x2)