LYRIC

A CHASUNAH (In Samarkand)- R’ Yom Tov Ehrlich- Traditional- Chevlei Moshiach 2
(Later recorded slightly different on Yiddish Classics 2 by Fishel Beigel- Suki & Ding)

CHORUS:
א צוזאמענלויף א טומל אויפ’ן הויף
לויפן אידן ,דער אראפ און דער ארויף
פון יעדע זייט ,נאנט און פון ווייט
.א חתונה ביי אידן שוין נישט געווען א צייט
מזל טוב, מזל טוב
די מחותנ׳סטע א רביצין דער מחותן איז א רב
זאל זיין מיט גליק, זאל זיין מיט גליק
די כלה איז א בריליאנט
דער חתן אן אנטיק

אביסל ברוינפן מיט פארבייסן
אין עס זאל זיין פרייליך
דער כלה איז דאך ווי א מלכה
דער חתן ווי א מלך
.און די מחותנים, חסידים און למדנים
נאר פאר דעם באשעפער
שרעקט מען זיך פאר אים אליין

,א שטיקל ציבעל מיט א הערינג איז דער בעסטער עסן)
,פון א לעקאך מיט א קוילטש מעג מען זיך פארגעסן
,לעבעדיג אידן , פריילעך און צופרידן
(שווארצע בערד מיט לאנגע פיאות, אויגן פול מיט חן

,אוי אוי אוי אוי אוי
,דער קאזן בערל אין דער הויך
,דער שוואגער שמערל הויבט זיך אויך
,אין דער עולם הייבט זיך, אז עס גייט א רויך
,אוי אוי אוי אוי אוי
,דער זיידע בונם הייבט די פיס
,דער פעטער גרונים אויפ׳ן טיש
און אלע פויקן אונטער לעבעדיג און פריש

,לחיים חתן, לחיים כלה
,דער באשעפער זאל זיין ממלא
,לחיים מחותן, אלץ צום גוטן, לחיים אלע אלע
,א חתונה ביי אידן, א חתונה ביי אידן
עס איז א גרויסער פארגעניגן, וואס שנער קען נישט זיין

CHORUS:
א צוזאמענלויף א טומל אויפ’ן הויף
לויפן אידן ,דער אראפ און דער ארויף
פון יעדע זייט ,נאנט און פון ווייט
.א חתונה ביי אידן שוין נישט געווען א צייט
מזל טוב, מזל טוב
די מחותנ׳סטע א רביצין דער מחותן איז א רב
זאל זיין מיט גליק, זאל זיין מיט גליק
די כלה איז א בריליאנט
דער חתן אן אנטיק