LYRIC

ZOL SHOIN KUMEN DI GEULAH- Yiddish Classic- Composed by R’ Avraham Yitzchok Hakohen Kook ZT”L, Lyrics by Shmerke Kaczerginski (Approx. 1946)

,אָנגעזאָלעט אויפן האַרצן, מאַכט מען אַ לחיים
.און אַז אומעט לאָזט ניט רוען, זינגען מיר אַ ליד
,אַז ס’איז ניטאָ קיין בראָנפן, מוז מען טרינקען מים
.מים חיים איז דאָך חיים, וואָס דאַרף נאָך דער ייד

זאָל שוין קומען די גאולה
זאָל שוין קומען די גאולה
זאָל שוין קומען די גאולה
!משיח קום שוין באַלד
(x2)

,טאַנצן ביימער אין די וועלדער, שטערן אויפן הימל
.ר’ ישראל, דער מחותן, דרייט זיך אין דער מיט
,ס’וועט זיך אויפכאַפן משיח פון זיין טיפן דרימל
.און דערהערן אונדזער תפילהדיקע ליד

זאָל שוין קומען די גאולה
זאָל שוין קומען די גאולה
זאָל שוין קומען די גאולה
!משיח קום שוין באַלד
(x2)

,ס’איז אַ דור פון כולו חייב, זייט ניט קיין נאַראָנים
!און פונעם זינדיקן, משיח קומען וועט
,אָ, טאַטעניו אין הימל, ס’בעטן בני רחמנים
…זע, אז משיח זאָל ניט קומען, אַ ביסעלע צו שפעט

זאָל שוין קומען די גאולה
זאָל שוין קומען די גאולה
זאָל שוין קומען די גאולה
!משיח קום שוין באַלד
(x2)