LYRIC

ZARA CHAYA- Abish Brodt- Composed By R’ Meir Shapiro ZT”L- Siyum Hashas

-א-
פונ’ם הימל אויבן דארט, א ישועה פון אלעם סארט
,לחן ולחסד ולרחמים, און אריכת ימים
פרנסה בריוח געזונטערהייט, א הימל שטיצע פון לעכטיגקייט
בעטן מיר, אצינד פון דיר, הייליגער בורא עולמים

זרעא חיא וקימא
זרעא חיא וקימא
,זרעא חיא, וקימא, וקימא
זרעא די לא יפסוק
זרעא די לא יפסוק
די לא יפסוק, ודי לא יבטול, מפתגמי אוריתא

-ב-
קינדער צום לעבן און צום געזונד, בעטן מיר פון דיר אצינד
קינדער גוטע, קינדער פרומע, וואם זאלן האבן פון דיר מורא
קינדער וואס זאלן נישט ליידיג ניין, קינדער וואס זאלן נישט אפשטיין
פון צו לעבן, און פון צו שטרעבן, אין דיין היילינע תורה

זרעא חיא וקימא
זרעא חיא וקימא
,זרעא חיא, וקימא, וקימא
זרעא די לא יפסוק
זרעא די לא יפסוק
די לא יפסוק, ודי לא יבטול, מפתגמי אוריתא

-ג-
צו אלע גוטע פרומע לייט, פון דער נאנט און פון דער ווייט
רבי’ם רבנים, און חזנים, און דער גאנצער כלל ישראל
פון ארץ ישראל פון בבל לאנד, מיט’ן ריש גלותא מיט אנאנד
זייערע תלמידים, און חסידים, וואם לערנען תורה אלעמאהל

זרעא חיא וקימא
זרעא חיא וקימא
,זרעא חיא, וקימא, וקימא
זרעא די לא יפסוק
זרעא די לא יפסוק
די לא יפסוק, ודי לא יבטול, מפתגמי אוריתא

-ד-
דער גרויסער קעניג פון דער וועלט, זאל יעדן בענטשן אין זיין געצעלט
די יארן מערן, אלעס גוטס באשערן, עס זאל זיי תמיד אלע גוט גיין
באהיט ווערן פון אלעם בייז, סיי דער יונגער און סיי דער גרייז
זייערע ווייבער און קינדער, יעדער באזונדער, אלע צוזאמען גרויס און קליין

זרעא חיא וקימא
זרעא חיא וקימא
,זרעא חיא, וקימא, וקימא
זרעא די לא יפסוק
זרעא די לא יפסוק
די לא יפסוק, ודי לא יבטול, מפתגמי אוריתא

-ה-
נאך א תפלה א קליינע, מי שברך אבותינו
ער וועט בענטשן, די אלע מענטשן, וואם זענען פאר יענעם אלעמאל גרייט
די וואס טוהן די שוהלן מנדב זיין, און די וואס קומען דאווענען דארט אריין
און די וואס געבן צו עסן די ארימע לייט, און אלע עוסקי בצרכי הציבור מיט אמת’קייט
הקדוש ברוך הוא ישלם, שכר פאר אלעם
און אלע חתנים וכלות, זאלן האבן פון כל טוב אלעס
דורות ישרים און אלעס פיין, און זאג’זשע אלע ונאמר אמן