LYRIC

YIRAS SHOMAYIM- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Shoshanas Yaakov

ווייט פון ניו יארק, אין א שטעטעלע קליין
געוואוינט האט א איד דארטן, ר’ חיים שיין
ווייניג געלערנט, ווייניג געוואוסט
זיין הארץ האט צו אידישקייט שטענדיג געגלוסט

קומט א משולח אין שטעטל אריין
און ביי ר’ חיים שטייט ער דאך איין
דערציילט אין ניו יארק איז א טייערע זאך
יודישקייט איז דארטן פארהאן גאר אסאך

ווי נאר ר’ חיים ער האט עס דערהערט
אפילו קיין רגע האט ער נישט געקלערט
געקומען איז ער קיין ניו יארק זייער שנעל
א צימער גענומען אין גרויסן האטעל

שבת בייטאג אין די גאסן ארויס
גענומען צו זוכן אן ערליכן הויז
‘JEWISH CENTER’ דערזעט ער א סיין
און ער האט תיכף זיך דארטן אריין

ער זעט איין א שוהל, א פולע מיט מענטשן
דער חזן האלט אינמיטן ראש חודש צו בענטשן
הייבט אן צו זינגען ותן לנו חיים
של עושר וכבוד ויראת שמים

וואס עושר און כבוד ווייס ער דער איד
וואס יראת שמים איז ווייסט ער דאך נישט
ער האט עס געהערט פון זיין טאטן אמאל
אבער דעם פשט נישט געוואוסט נאך קיינמאל

קומט ער צום חזן און זאגט אים געוויס
ווייסט איר דאך יראת שמים וואס איז
זאגט אים דער חזן ס’איז א פשוט’ע זאך
יראת שמים קאן איך נישט קיין סאך

יראת שמים פארהאן אלערליי
ביי מיר איז פארשריבן אויף נאטן נאר צוויי
איינער איז פשוט א קליינער ביז גאר
און איינער א לאנגער מען זינגט מיט א כאר

זאגט אים ר’ חיים איר ווייסט נישט קיין סאך
יראת שמים איז א פרומע זאך
פרום? זאגט דער חזן, איך ווייס נישט פון דעם
גיי צו צום שמש און פרעגט זיך ביי אים

זאגט אים דער שמש א וואונדער אויף אייך
יעדער אין שול וועט אייך ענטפערן גלייך
יראת שמים קאן יעדערע זען
שטייט אין דעם סידור אויף זייט הונדערט צען

זאגט אים ר’ חיים איר ווייסט נישט קיין סאך
יראת שמים איז א פרומע זאך
פרום? זאגט דער שמש איז מיר נישט באקענט
פרום, דארפט איר פרעגן ביים דעם פרעזידענט

דער פרעזידענט ער האט זיך צעלאכט
ר’ איד זאגט ער, איר האט א טעות געמאכט
דער רשע מיט מים עס איז עפעס ראנג
ישמחו השמים איז דא אזא סאנג

זאגט אים ר’ חיים איר ווייסט נישט קיין סאך
יראת שמים איז א פרומע זאך
פרום? זאגט דער פרעזידענט טוה איך נישט פארשטיין
פרום, דארפט איר פרעגן ביים ראביי אליין

גייט זיך ר’ חיים, זוכט יראת שמים
א ריכטיגער פשט איז נישטא, נישטא
עס טוט אים פארדריסן, ער מוז זיך דערוויסן
אפשר ביים ראביי איז דא, איז דא

דער ראביי דערהערט, האט ער שטארק זיך פארטראכט
דעם בוך פון די נפטרים האט ער אויפגעמאכט
געזוכט און געזוכט און געפונען צום סוף
דער יארצייט פון ירוחם שמעי’ איז דריי טעג אין אב

זאגט אים ר’ חיים איר ווייסט נישט קיין סאך
יראת שמים איז א פרומע זאך
פרום? זאגט דער ראביי אט אזוי רעד
פרום, גייט גלייך אין ישיבה אוניווערזיטעט

דער דירעקטער פון ישיבה האט קיין אסאך נישט געטראכט
דער מעדיצינישער ענצקלאפעדיע האט ער אויפגעמאכט
געזאגט ס’איז א קרענק צוריק זייער לאנג
היינט איז אויף דעם שוין דאך קיינער נישט קראנק

זאגט אים ר’ חיים איר ווייסט נישט קיין סאך
יראת שמים איז א פרומע זאך
פרום? זאגט דער דירעקטער האט נישט קיין צער
דאס איז דא נאר אין דעם שעכטער’ס סעמינאר

דער דירעקטער פון סעמינער ווייסט אויך זייער קנאפ
ער גייט צו צום וואנט און ער קוקט אויפן מאפ
געווען אזא טייך איז עס זיכער ביי אים
וואס איז שוין קיין זכר נישטא לאנג פון דעם

זאגט אים ר’ חיים איר ווייסט נישט קיין סאך
יראת שמים איז א פרומע זאך
זאגט דער דירעקטער אז פרום איז באקאנט
דאס ליגט נאר ביי דעם מזרחי אין האנט

גייטס זיך ר’ חיים, זוכט יראת שמים
א ריכטיגער פשט איז נישטא, נישטא
עס טוט אים פארדריסן, ער מוז זיך דערוויסן
אפשר אין מזרחי איז דא, איז דא

אין מזרחי געזאגט האט מען דאס האט א שם
אבער ביי היינט ווייסט מען גארנישט פון דעם
די אגודה האט פון דעם אן עסק געמאכט
מען זאגט אז זי האט עס אליין אויסגעטראכט

געקומען אין אגודה האט מען אים געזאגט
?פארהאן אזא זאך נאר ווער ווייסט ווער פארמאגט
אויב עס איז דא ערגעץ עפעס פון דעם
אין אגודת הרבנים געשיקט האט מען אים

אין אגודת הרבנים האט ער קיינעם נישט געזען
אויף אן אסיפה זענען אלע געווען
דער שומר האט געזאגט, אז דער פונסטער ארט
איז אין אגודת האדמורי”ם זאל ער זוכן דארט

אין אגודת האדמורי”ם איז קיינער נישט געווען
די רבי’ס זענען געגאנגען אויף א פדיון הבן
ר’ חיים האט צער דער הארץ אים פארדריסט
ווייל זיין גאנצע זוכן געווען איז אומזיסט

זאגט איינער ר’ חיים, יראת שמים
איז גאר אין ערגעץ נישטא, נישטא
אין ירושלים, יראת שמים
ביי די חרידישע אידן איז דא, איז דא

איז דארט ר’ חיים געפארן באלד גיך
אין מאה שערים אריינגעשפאנט זיך
זאגט מען אז באלד א הפגנה וועט גיין
וואס יראת שמים איז וועט איר פארשטיין

און א הפגנה איז תיכף ארויס
ער איז געגאנגען דער ערשטער פאראויס
געטראגן א לאזונג געשרייען מיט האס
אויף אלעם וואס ווילן צעשטערן דעם דת

געקומען די משטרה אין א מינוט
די אידן צעשראקן גערונען האט בלוט
צעשלאגן ר’ חיים אויך האבן זיי
אין תפיסה אריינגעזעצט אויף וואכן צוויי

און ווען ער איז שפעטער פון תפיסה ארויס
די שמחה געווען ביי אים איז זייער גרויס
א סעודת הודאה האט ער דארט געמאכט
פאר אלע דערציילט וואס ער האט דארט געמאכט

ווען איך בין געליגן אזוי אויף די ערד
די באנדיטן זיי האבן געמאכט מיך צורעכט
האב איך ביי מיר אין מיין הארצן געקלערט
פון וואנען האבן זיי געקריגן די רעכט

פארדארבענע מענטשן ווי חיות פון וואלד
זיי האבן גארנישט קיין מענטשן געשטאלט
זיי ווייסן דא גארנישט וואס מיינט עס א איד
פון שבת פון כשרות זיי ווייסן גארנישט

און איך בין א אמת’ער ערליכער איד
איך עס נאר כשרות און שבת איך היט
און איך ליג מיר אונטן אין צער אן א שיעור
און זיי שטייען אויבן און פייניגן מיר

ווער האט געגעבן זיי רעכט איצט אויף דעם
נאר ער דער גרויסער און גוטער השם
זיי זענען מער נישט דער שטעקן ביי אים
און ער טוט עס שטראפן און שלאגן מיט דעם

פארוואס קומט עס מיר, פארשטאנען כ’האב אויך
דער באשעפער ער קוקט אויף מיר איצט פון דער הויך
און ער וויל אצינד דא מיר לערנען געוויס
פארשטיין זאל איך יראת שמים וואס איז

יראת שמים דער פשט פון דער זאך
פאר דעם באשעפער זיך שרעקן אסאך
טאן זיינע מצוות און נאר פאלגן אים
אז ניט וועט ער שלאגן איך ווייס שוין פון דעם

גייט זיך ר’ חיים און יראת שמים
פאר יעדעם דערציילט ער דעם פשט פון דעם
וואו ער טוט קומען, פאר פרייע פאר פרומע
יעדערער עס קאן שוין און ווייסט שוין פון אים