LYRIC

YEARNING- Yehuda Green- Composed By Yehuda Green & Lipa Schmeltzer, Lyrics By Lipa Schmeltzer- Yearning

ווען איך בין געווען א אינגעלע, איך דערמאן זיך מיר גאר אפט
,מיין הארץ ציט צוריק אהין אויף דעם איך האב אלץ געהאפט
און ירושלים דארט, אין מאה שערים
דאס חן פון די פנימ׳לעך זקנים ונערים

דער שמש׳ל שפאצירט ארום בי די פענסטער׳לעך
,שטייט אויף אלע גיין שול צום בורא טוען א שבח
דער אלטער איד קומט צו צו מיר א צוקער׳ל האסטו
אויב דו זאגסט א קאפיטל תהלים, יענך ביום צרה

CHORUS:
איך בענק זיך מיט געגועים
,דעם גלות זיי מסיים
מה טוב ומה נעים
.די שיינקייט פון ירושלים
איך בענק זיך שטילעהייט איך קלאג
,אוי טאטע, דיין קינד דערפריי אים
מחשבות פון דארט מיט מיר איך טראג
פון די שיינקייט פון ירושלים

יום הששי פרייטאג נאכט, מען הערט ארויס אזוי
,פון אלע שטיבער כל מקדש שביעי כראוי לו
די גאסן ווי אינדערפרי קוקט אויס, אידען פון אלע סארט
מען גייט הערן ביים רבי׳נס טיש א ליד און א שיין ווארט

הייליגע בעלי תשובות אין די גאסן מען שפאצירט
,די ביטניקעס פארלוירענע זיי גלייכען דעם רבי׳נס טיש
מיינע טייערע זיסע ברידער׳לעך, גלייבט מיר אויפן ווינק
איך דערמאן זיך פון ירושלים, ציט מיר עס אן א שיעור

CHORUS:
צום ליל ששי בענק איך מיר צוריק
,נאך זיידי צו מקומות הקדושים גיין
דוד המלך און שמעון הצדיק
.און ביי קבר רחל, מיט אזא געוויין
ה’, מיינע תפילות די האסט דערהערט
כ׳האב אינזינען געהאט אויך כלל ישראל, און צער השכינה
מיט די טרערן וואס איך האב דארט געלאזט
.איך האב געבעטן ובאו לציון ברינה

ובנה ירושלים עיר הקודש
במהרה, בימינו
ובנה ירושלים עיר הקודש
.במהרה, בימינו
(x2)

מיין טיירע זיסע ברידער׳לעך
ובנה ירושלים עיר הקודש
נלך בנערינו ובזקננו
אהיים גיין נאך די וואך און נאך דער חודש
במהרה, בימינו