LYRIC

WORRIES OF TZADDIKIM- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Ranenu Tzaddikim 1

אין קארלין איז אמאל דער בעש”ט געקומען
צו ר’ יעקב דעם שמש פון שול באזוכן אים
אז ער האט נישט קיין קינדער דערציילט האט ער גענומען
און האט געבענטשט אים מיט דעם

און פונקט צו דערצייט איז געבוירן געווארן
א ליכטיגע אינגעלע מיט א הייליגן בליק
ער האט נישט געלעבט לאנג מען האט אים פארלוירן
אוועק אין גן עדן צוריק

איז דער בעש”ט זיי טרייסטן געקומען
און האט א סיפור דערציילן גענומען
אז איר וועט עס הערן
קלאר וועט אייך ווערן
פארוואס אייער קינד איז אזוי יונג פון אייך אוועק

ווייט אין דער וועלט איז פארהאן א גרויסע לאנד
וואוינען דארט אידן שוין לאנגע יארן נאכאנד
דער קייזער פון לאנד האט נישט געהאט קיין קינדער
און גרויס איז געווען זיין וויטאג אין שאנד

האט איינער דעם קייזער געגעבן א פלאן
מאכן גזירות אויף אידן וואס זיינען אין דעם לאנד פארהאן
אז זיי וועלן בעטן צו זייער באשעפער
וועט זייער באשעפער העלפן זיי דאן

האט דער קייזער געשוואוירן
זיין פרוי דארף געבוירן
א זון אין דעם יאר און אויב נישט איז פארלוירן

ער וועט אידן פארטרייבן
קיין איינער נישט בלייבן
און זייער פארמעגן וועט בלייבן אין לאנד

איז אויפן הימל, געווארן א טומל
מען רופט אויס ווער וויל גיין אויף קידוש השם
און ביי דעם קעניג צו ווערן געבוירן
די גזירה צורייסן מיט דעם

האט איין נשמה זיך אונטערגענומען
גיין פאר די אידן אויף קידוש השם
צום קייסער אין פאלאץ אראפגעקומען
א זון איז געבוירן ביי אים

א קינד ווי א מלאך, נאר מאדנע געוועזן
נישט אלעס געטרונקען נישט אלעס געגעסן
געווען שטענדיג איינער, חברים נישט קיינער
און טאטע מאמע דעם כבוד אפגעהיט

זיין קאפ אבער איז געווען פול מיט פארשטאנד
נישט געווען שוין מיט אים ווער ס’זאל לערנען אין לאנד
האט מען געבראכט פון רוים א פראפעסער
וואס איז געווען אין דער וועלט גוט באקאנט

און דער פראפעסער האט איין תנאי געמאכט
א פאר שעה אין טאג דארף ער זיצן פארשפארט
און יענער טאר נישט אריין קומען קיינער
צום לענען צום הויכן הכנות ער מאכט

און איינמאל דאס קינד נישט געקאנט זיך איינהאלטן
געמאכט זיך א לאך אין וואנט ערגעץ באהאלטן
און אין די שעה’ן אריין געקוקט דארטן
דערזען האט ער פאר זיך א וואונדערליכע בילד

דער פראפעסאר איז געשטאנען ביים וואנט אין געלערנט
א ליילאך פארוויקעלט איבער זיין קאפ
א קעסטעלע א שווארצע געווען אויף זיין שטערן
און צווי שווארצע פאסן אויף אראפ

דער תלמיד איז דאן צום טיר צוגעלאפן
גענימען שטיל קלאפן און בעטן זיך פיין
ער בעט אז די טיר זאך זיין פאר אים אפן
ער מוז דארטן תיכף אריין

די טיר וועט גלייך אפן, עס וואונדערט אים זייער
עס שטייט דער פראפעסער געקליידעט ווי פריער
דער תלמיד נעמט בעטן
ער וועט נישט אפטרעטן
ער וויל זיך אויסלערנען גלייך אט די חכמה אויך

זאגט דער פראפעסער איך בין א איד
אנדער וועגן און מעשים איך היט
האט זיך דער תלמיד גענומען צו בעטן
דער פראפעסאר זאל מאכן אים אויך פאר א איד

האט דער פראפעסאר דערציילט דאן פאר אים
די גרויסע סכנה וואס שטייט פאר מיט דעם
און האט אים פארשוואוירן אז קיינער טאר פון דעם נישט וויסען
און האט גענומען דאן לערנען מיט אים

דאס לערנען פון רבי’ן
עס האט אים געגעבן
א נייעם שטרעבן אין א נייעם לעבן
קיין ציצית קיין תפלין
נאר מיט געפילן
ביז דער פרפעסאר וועט הייסן וואס צו טאן

און איינמאל דער פראפעסאר
האט געשיקט אים צום קייסער
צו פארן אויף דער וועלט זאל ער ערלויבן אים
צו זען ווי עס לעבן די חכמים די גרויסע
און לערנען זיך חכמה פון דעם

דער קייסער האט דאן געלאזן אים פארן
געשיקט מיט אים געלט און א היטער אין וועג
אין מיטן וועג איז ער נעלם געווארן
צום פראפעסערס א פריינד איז ער אוועק

אין א קלייניקער הייזל איז ער געקומען
א איד א בעל צורה האט אים אויפגענומען
דערציילט אים פון בורא געלערנט אים תורה
און שפעטער אביסל געמאכט אים פאר איד

דער זון איז געוואקסן אין לערנען זייער גרויס
אין איין יאר געקאנט האט ער גאנץ ש”ס דורכאויס
פארגעסן פון עסן פארגעסן פון שלאפן
און איינמאל די נשמה פון אים איז ארויס

געקומען אין הימל א גרויסער פאראד
ער גייט העכער און העכער ביז די אבות כמעט
נאר פלוצלינג געבליבן איז ער שטיין ביי א טויער
דער טויער האט אויף זיך א אויפשריפט געהאט
ווער עס איז נישט געבוירן ביי א אידישע מאמע
טאר נישט אריין דא און נישט זיין מטמא
די נשמה געבליבן און שטיין שטארק צובראכען ביז זי געהערט האט פון בי”ד א פסק

די נשמה דארף ווידער געבוירען צו ווערן
ביי א אידישע מאמע ווי א אידישע קינד
און תיכף זי קאן זיך אין הימעל אומקערן
אדורך דורכן טויער אצינד

און אט די נשמה איז געווארן געבוירן
ביי אייך טאטע מאמע געווען אייער קינד
איר האט דער נשמה אזוי שנעל פארלוירן
איר וועט שוין פארשטיין אלס אצינד

די נשמה איז תיכף ארויף צוריק אויבן
אזוי הויך אז זי נישט געקאנט האט עס גלויבן
אויך איר זענט ביידע געווארן געהויבן
אזא גרויסן זכות וואס איר ביידע האט געהאט

הערט וואס איך וועל אייך זאגן אצינד
געבוירן עס וועט ביי אייך נאכאמאל אזא מין קינד
א הויכע נשמה א הייליגע אזוי ווי פריער
זי וועט נישט וויסען קיין טעם פון קיין זינד

אויך זי וועט פאר אידן זיך מוסר נפש זיין
ארויסנעמען אידן פון צרות און פון פיין
און טויזענטער אידן צוריק ברענגען צו דעם באשעפער
און גרויסע צדיקים עס וועט פון זיי זיין

און ר’ אהרן הגדול, איז געבוירן געווארן
פאר אידן געשענקט זיינע כוחות און יארן
פיר און אכציג טויזענט בעלי תשובה געווארן
פון רשעים גמורים צדיקים זיי געמאכט