LYRIC

WAKE UP- Lipa Schmeltzer- Composed by Yossi Green, Lyrics by Lipa Schmeltzer- A Poshiter Yid

“Thank you for calling the Schmeltzer family, please leave a message, bye…”

,ליפא, שטיי אויף קריאת שמע ליינען, ס’איז שפעט, זמן קריאת שמע באלד אפאר מינוט
!פליז, שטיי שוין אויף קריאת שמע ליינען, ליפא

Wake up, איך זאג דיר נאכאמאל
Wake up, איך בעט דיר נאכאמאל
Wake up, לאז דיך נישט נאכאמאל
,פון דעם יצר הרע
Wake up, איך זאג דיר נאכאמאל
Wake up, איך בעט דיר נאכאמאל
Wake up, לאז דיך נישט נאכאמאל
שטיי שוין אויף

שטיי אויף, איך זאג דיר נאכאמאל
שטיי אויף, איך בעט דיר נאכאמאל
שטיי אויף, לאז דיך נישט נאכאמאל
פון דעם יצר הרע

שטיי אויף, איך זאג דיר נאכאמאל
שטיי אויף, איך בעט דיר נאכאמאל
שטיי אויף, לאז דיך נישט נאכאמאל
שטיי שוין אויף

אינדרויסן איז קאלט
ביסט דאך יונג נאכנישט אלט
בלייב נאך שלאפן אינטער די דאכענע
די זייגערל קוק
נישט געשלאפן גענוג
לייג דיך שוין צוריק

זמן תפילה פארהאן
נאך א שפעטערע זמן
און בכלל דיין זייגער איז א צובראכענע
אין שול וועסטו גיין
וועסטו זיין דארט אליין
(איי די שלאף איז פיין (איי די שלאף איז פיין

Wake up, איך זאג דיר נאכאמאל
Wake up, איך בעט דיר נאכאמאל
Wake up, לאז דיך נישט נאכאמאל
,פון דעם יצר הרע
שטיי אויף, איך בעט דיר נאכאמאל
שטיי אויף, איך זאג דיר נאכאמאל
שטיי אויף, שטיי אויף, שטיי שוין אויף
(x2)

אינדרויסן איז הייס
עס גיסט זיך די שווייס
חצות איז שפעט, יאג דיך נישט צו דאווענען
ס’איז ווארעם אין שול
די היים איז דאך קיל
דו קענסט נאך שלאפן פיל

דיין חברותא נישט דארט
ער געווען ביי א ווארט
א שיינע שמחה געטון נעכטן פראווענען
טראכט ווי א איד
מ’דארף זיין אויסגערוט
(שלאף און בלייב נישט מיד (שלאף און בלייב נישט מיד

(רץ כצבי … (שטיי אויף
(וגבור כארי… (שטיי אויף
(ס’איז שוין אינדערפרי… (שטיי שטיי אויף
…יאג דיך שנעל צו

…ליפא, ליפא”
“ליין קריאת שמע… ס’איז זייער שפעט

(שטיי שטיי שוין אויף (שטיי אויף
(שטיי שטיי שוין אויף (שטיי אויף
שטיי שטיי שוין אויף

שטיי שוין אויף
(שטיי שטיי שוין אויף (שטיי אויף
(שטיי שטיי שוין אויף (שטיי אויף
שטיי שטיי שוין אויף
הער אים נישט אויס

אין ווינטער, אין זומער
קומט די שטן ווען אימער
אינדערהיים, אין האטעל, אין מיין דארמעטארי צימער
פון דארט לויפט אין הימל
און מאכט אזא טומל
קוק ווי ער כאפט א דרימל

ס’הייס אויף די גאס
מאך נישט פון דיר שפאס
זיי נישט קיין פארפרומטער א ריצה מן הדת
די וועגן זענען נאס
די גראז און ביימער ווייס
ס’רעגענט, ס’קאלט, ס’שנייט, ס’אייז

פארהאן א מלחמה
אויף יעדע נשמה
און ביידע יצרות זענען פארנומענע
די יצר הטוב
זאגט אונז שטיי אויף
צום בורא קוק ארויף

דערנאך קומט די שטן
ער וויל אונז ראטן
אייביג עצות פרישע אויפגעקומענע
אויב קלוגע זענט עטץ
דערלאנגט אים א זעץ
און גיי נישט און זיין נעץ

(רץ רץ כצבי … C’mon שטיי אויף)
(וגבור כארי… (שטיי אויף
(ס’איז שוין אינדערפרי… (מודה אני לפניך, כ’בעט דיך שטיי שוין אויף
…יאג דיך שנעל צו
!שטיי אויף