LYRIC

VEE NEMT MEN- Composed By R’ Aharon Karliner ZT”L- Performed By Pirchei Boys Choir- Eilecha

ווי נעמט מען די הייליגע טעג
,זיי זענען אוועק געגאנגען
מיר דארפן זיי צו האלטן
מיט אייזערנע צוואנגען

מיט אייזערנע צוואנגען צו האלטן
,און תשובה צו טאהן אויף דעם אלטן
די עבירות אוועק ציווארפן
און דעם בורא עולם צו הארכן

די ערגסטע מדה איז גאות
,עס דערווייטערט פון אחוה וריעות
און נאר אביסל ענוה
דאס איז דאך א מדה טובה

די כתר פון תורה איז אפן
,מ’קען דאס נישט קריגען מיט שלאפן
נאר מיט יגיעה רבה
קען מען קונה זיין עולם הבא

מיט תורה ויראת שמים
,דאס איז דאך די אמת’ע חיים
א לעבן פון נצח נצחים
א חסד פון מלך מלכים