LYRIC

VAYECHULU- Mordechai Ben David- Composed by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- I’ve Waited & Waited/Ich Hub Gevart

ויכולו ס’האבן זיך גיענדיקט די הימעל אין די ערד
,און אלעס וואס צו זיי גיהערט
ויכל ער האט באשאפער אלעס וואס ער האט גיטראכט
.דאם זיבעטן טאג א רוה טאג גימאכט
ס’פלוצלינג גיווארען שטיל מיט אמאל
,אין וואלד אויפן בארג און אין טאל
דער ברומען פון חיות דער פוגעל געשריי
.דער דינער דער שטארעם דער שניי
און אלע באשעפענישען קליין און גרויס
,ציען צום הימעל זיך אויס
מ’עפענט די אויגען די קאפ הייבט אויף
.און קוקען צום הימעל ארויף

אדם הראשון שטייט איינער אליין
,ער קוקט און ער קען נישט פארשטיין
א הייליגע ליכטיגקייט האט ער דערזעהן
.ער ווייסט נישט וואס דא איז גישען
ער זעט די נשמות זיי פליען ארויף
,די וועלטען זיי הייבען זיך אויף
ער פילט ווי די וועלט אונטער אים הייבט זיך אויך
.און טראגט אים ביז אויבען ארויף

און די גאנצע בריאה פארט מיט אים מיט
,אלעס צום הימעל געציט
די וועלדער די פעלדער די בערג און דערמיט
.אלע הייבען זיך אויף און מ’פליהט
די ריזיגע פיש ווי די בערג אזוי גרויס
,קוקען פון וואסער ארויס
די בהמות זיי שטייען אויף אלע פיר פיס
.און קוקען צים הימעל זיך זיס

פליצלינג דערהערט ער א הערליכען קלאנג
,אזא זיסער מלאכים געזאנג
מ’געבט דעם באשעפער א לויב און א דאנק
.פארן שבת דעם ליבען געשאנק
און אדם הראשון דערהערט און געדאנק
,ער ווייסט שוין די שמחה פארוואס
ער הייבט אויך אהן זינגען דעם ערשטען געזאנג
.מזמור שיר ליום השבת