LYRIC

UTESHUVA- Sung & Composed By Lipa Schmeltzer- Letova

CHORUS:
ותשובה תפילה וצדקה
…מעבירין את רוע הגזירה

מיט עוונות
מיט נסיונות
גייען מענטשן
ווי אן אונס
ווייל דער שטן
טוט באראטן
שלעכט’ס מגדול ועד קטן
אין איבעראל
אין ארץ ישראל
אמעריקע אויך אן א צאל
אין יעדע לאנד
זעהט מען היינט
בעלי תשובה נאכאנאנד
דרשות הערן
אויפצוקלערן
גלייך דערנאך בעל תשובה ווערן
לאזט אפ אלעס
אן קיין שאלות
בעסער לעבן פרום אין דלות
מיליטערן
אפיצערן
יעדער טוט אן תפילין גערן
מיט א חיות
הערט מען נייעס
קאפל ציצית, בארד און פיאות

CHORUS:
ותשובה תפילה וצדקה
…מעבירין את רוע הגזירה

מנחה מעריב
זיך מצרף
צום באשעפער זיין מקרב
יעדע תפילה
איז א סגולה
אויפן עראפלאן אפילו
דער ביזנעס מוכר
און דער סוחר
מיט א תפילה גאר א הויכער
מאכט א מנין
אין זיין בנין
אויפן באס איז אויך אן ענין
אין שומר שבת איז מען מכריז
דא וועט זיין א מנין שחרית
אויך אין ארץ הקדושה
איצקאוויטש און זכרון משה
עס דאווענען דארט אלע מינים
און מבטל אלע דינים
יעדע אמן יהא שמה רבא
טוט אין הימל זיין אויפגאבע

CHORUS:
ותשובה תפילה וצדקה
…מעבירין את רוע הגזירה

פיל עשירים
פיל גבירים
טיילן געלטער נישט נאר פורים
משולחים
און נצרכים
יעדער קומט מיט זיינע דרכים
דער א פארטי , דער א טיי
א צווייטער מיט א הארץ געשריי
דער א ראפעל ביי א דינער
זייט א גליקליכע געווינער
אן אקציע אין שול אויפרופן
אדער שיקן שנארער בריוון
קיינער פרעגט נישט ווער זיי זענען
יודן העלפן ווי מיר קענען
הכנסת כלה, ביקור חולים
חסד אויך פדיום שבוים
פאר יחדים און קהילות
מוסדות דארפן דאך א קיום

CHORUS:
ותשובה תפילה וצדקה
…מעבירין את רוע הגזירה

טאטע זעה שוין דיין פאלק די טייערע
צורייס שוין יעדע שלעכטע גזירה
נאך אזויפיל תשובה תפילה, אזויפיל צדקה
זיי מעביר יעדע שלעכטע גזירה

CHORUS:
ותשובה תפילה וצדקה
…מעבירין את רוע הגזירה

תשובה ערליך
זעהט אויס שווערליך
הייב נאר אן ס’איז נישט געפערליך
אפשר דאך
א נאדל לאך
ואני אפתח איך עפן נאך
תפילות אלע
מעלה מעלה
שערי דמעות לא ננעלו
ניצט דעם מיטל
איין קאפיטל
צום באשעפער גלייך א קוויטל
צדקה שיק
ה’ באגליק
ונתנו גייט אהין און צוריק
און איז באשוואוירן
פון די טויערן
גייט די סטאקס קיינמאל פארלוירן
די דריי זאכן ברענגען פירות
רייסן אפ די שלעכטע גזירות
ניצט נאר אויס די גוטע ברירות
בטל בטל כל גזירות

CHORUS:
ותשובה תפילה וצדקה
…מעבירין את רוע הגזירה