LYRIC

UNSURE OF SONG NAME 2- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L

דער בעל שם טוב איז אמאל
געגאנגען איבער בארג און טאל
און געקומען אין א שטאט
וואס מען רופט זי בראד

איינמאל אין א גאס גייט ער
און ער קוקט זיך הין און הער
זעט ער גייט א איד אין וועג
און טראגט שווערע פעק

איינגעבויגן
אראפגעלאזט די אויגן
לויפן קינדער און זיי שרייען ציג
יעדער טוט עם זאגן
געזונט זאלט איר טראגן
געזונט זאלט איר זיין ענפערט ער צוריק

דער בעל שם טוב זעט זיין פנים
פול מיט הייליגע סימנים
פון זיין שטערן שיינען ווי צוויי ליכט
ער קאן זייער גוט די בליקן
פון די ל”ו צדיקים
ער האט ניט געזען אט דעם געזיכט

ער נעמט פרעגן דעם און יענעם
יעדער איינער טוט עם קענען
דאס איז הערשל ווייסן קליין און גרויס
ער האלט אויס אין הויז פיר ציגן
פרישע מילך פון זיי טוט קריגן
און פערקויפט און האלט די ציגן אויס

דעם בעל שם טוב טוט פערדריסן
פון דעם איד ער טוט ניט וויסן
און ער פאסט און ביים באשעפער בעט
ליבער טאטע טו מיר זאגן
וואס דער איד עס טוט פערמאגן
אז פון זיין שטערן שטראלן צוויי מען זעט

לערנען זאגט מען קאן ער גארניט
דאוונען אפשר אויך א האר ניט
און פון שטערן שיינט ארויס א שיין
דער באשעפער טוט עם הערן
און ער טוט עם העלפן גערן
.זיין בקשה טוט ממלא זיין

דורך געלאפן איז צוויי טעג
דער בעל שם טוב גייט אין וועג
פלוצלינג זעט ער איין מיט פרייד
אט דער הערשל גייט

הערשל, זאגט ער הער מיך אויס
איך בין אפגעשוואכט דורכאויס
מילך אביסל פון א ציג
כוחות ברענגט צוריק

הערשל הויבט די אויגן
א שמייכל אויסגעצויגן
קום, זאגט ער ר’ יוד צו מיר אין הויז
איר וועט דארטן קריגן
מילך פון מיינע ציגן
.און ווער עס טרינקט עם היילט זיך תיכף אויס

ערגעץ ווייט אונטערן שטעטל
ליגט א ברעטל אויף א ברעטל
שטייט דארטן א חורבה אין א זייט
ארום בלאטע בערג מיט שטיינער
פוילע קלעצער אלטע ביינער
הערשל דארטן וואוינט די גאנצע צייט

אין הויז א קנאפער פערגעניגן
שפרינגען אויף עם אלע ציגן
לעקן עם און קושן עם מיט פרייד
הערשל נעמט זיך גלייך א קריגל
און ער מעלקט זיך אויס א ציגל
גיט און זאגט אויך טרונקט געזונטערהייט

דער בעל שם טוב קאן נישט ריידן
ס’האט די מילך א טעם גן עדן
הערשל זאגט ער כ’בעט דיך הער מיר אויס
עס מעג אפילו דיר פערדריסן
נאר דעם סוד מוז איך היינט וויסן
וואס ביי דיר פון פנים שיינט ארויס

הערשל שמייכלט מיינע שונאים
וואס מען זעט שוין אין מיין פנים
כ’האב מיין פנים קיינמאל נישט געזען
נאר אז איר האט גרויסע אויגן
וועל איך קיין זאך נישט פערבויגן
.און אייך זאגן וואס עס איז געשען